טשיקאווע נייעס

“שולע הויף ווערט צוגעשפארט, צוליב: “באני רעביטס!

א שולע אין ענגלאנד פלאגט זיך מיט א אנשיקעניש פון באני רעביטס וואס האבן זיך באקוועם געמאכט אין זייערע פעלדער, ברענגנדיג אז קינדער זאלן ווערן געשעדיגט דערפון.

די הויף פון די שולע איז צוגעשפארט, צוליב וואס אסאך קינדער פלעגן זיך אנשטאלפערן אין די לעכער פון די באני רעביטס, און זיך שעדיגן.

 

א רעביט שטייט נעבן זיין הייל אונטער דער ערד, אין די הויף פון די שולע.

די קינדער וואס פלעגן שפילן, און ארומלויפן אין די גארטן פונעם שולע, פלעגן אומזעענדיג אריינוואנדערן אין די לעכער, זיך אנשטאלפערן, און ווערן געשעדיגט.

מען האט זיי פרובירט באקעמפן מיט פארשידענע מיטלען, אריינגערעכנט שיסן מיט גאנס, און גיסן שווערע גאז-כאמיקאלן זיי צו מאכן אומבאקוועם, אבער גארנישט האט נישט געהאלפן.

א ווארטזאגער פאר די שולע האט דערציילט אז זיי ליידן זיך צוזאם פון די האזלעך יעדע יאר, אבער יעצט איז דאס געקומען צו א שטאפל ווי קיינמאל בעפאר.

“מיר האבן שוין באשטעלט ספעציעלע לענדסקעיפינג פירמעס, און עקסטערמינעיטארס, מיר האבן שוין באשטעלט פירמעס וואס זאלן זיי אלע אויס’הרג’ענען, אבער גארנישט ארבעט נישט דערפאר מוזן מיר נעמען אונזער קומענדיגער שריט.

די שולע הויף איז געווארן פארשפארט, אין די קינדער גייען דורך אסאך אומבאקוועמליכקייטן, און מען גייט דורך אלע אפציעס וויאזוי מען קען פטור ווערן פון די טויזענטער באני רעביטס.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.