פאליציי אין קאנאדע האבן געעפנט א אויספארשונג נאך א גנב, וואס האט בארויבט א טראק אנגעפולט מיט פעקלעך ראמעין לעטוס אין ווערד פון איבער 45,000 דאלער.
דער גנב האט אפגעצויגן מיטן טראק פון א געשעפט ווען דער דרייווער האט איבערגעלאזט די שליסל אינעווייניג, ער איז געפארן מיטן טראק קיין טאראנטא.
נאך עטליכע טאג האט מען געפונען דעם טראק ליידיג, אן די לעטוס, פארקירט נעבן א פארלאזטע באן סטאנציע אין טאראנטא.
די פאליציי האט געעפנט א אויספארשונג, ארויסשטעלנדיג בילדער פון די טראק, בעטנדיג מען זאל זיי העלפן קומען אויף די שפירן פון דעם גנב.
“איר קענט זיין דער וואס וועט אויפברעכן א ריזיגע רויבער רינג!” האט דער מעלדונג געזאגט, אין א רוף צום פאלק.

דער טראק וואס איז גע’גנב’עט געווארן, מיט 45,000 ווערד פון סחורה.