מאנטשעסטער.- א קעי-עף-סי רעסטוראנט געשעפט, האט געמוזט עוואקואירן אלע אירע ארבעטער, און איינקויפער, ווען אין א זוניגן נאכמיטאג האט זיך באוויזן ביי די “דרייוו טרו” פענסטערל א אויטא, וואס אנשטאט עמיצער זאל שמייכלען און באשטעלן עסן, איז די קאר געווען ליידיג מיט איין גאסט דערין, נעמליך פייער!
א ארבעטער אין די רעסטוראנט איז געווארן שאקירט ווען ער האט ארויסגעקוקט פון די פענסטער, גרייט אפצונעמען א באשטעלונג ווען פאר זיינע אויגן האבן זיך באוויזן א ברענעדיגע אויטא, וואס קומט צו פארן פון זיך אליינס, אן האבן א דרייווער דערין.
די פייער איז געווארן באריכטעט צו די לאקאלע פייערלעשער אין אלפאגעיט דרייוו, אין א שטאט מיטן נאמען דענטאן, ארום איינס אזייגער.
די פייערלעשער האבן זיך באוויזן מיט 3 פייער טראקס, און עס האט זיי גענומען א לאנגע שטונדע צו פארלעשן די פייער וואס האט זיך שוין געהאט אריבערגעכאפט צו די געביידע.
די פייערלעשער האבן גענוצט 3 שלויכן, 6 אקסעדזשין טאנקען, 1 היץ דערשפירער קעמערא, און איין טערמעל סקענער, צו באזיגן די פייער.
עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז דער דרייווער איז ארויסגעטאנצן פון די אויטא זעענדיג אז עס קומט א שווארצע רויעך, און פון צעמישעניש האט ער פארגעסן אריינצולייגן דעם אויטא אויף אפשטעל, ברענגענדיג דערצו אז עס זאל ווייטער פארן ביזן אנקומען צו די רעסטוראנט.