לאנדאן. – שטייענדיג עטליכע מאנאטן נאך וואס די אידישער מאנסי איז געווארן שאקירט ווען א ווילדע הינט האט אנגעגריפן א קליין אינגל אין די היימישע מאנסי געגנט, האט א פרישע אינצידענט פאסירט ווען 5 הונט זענען איבערגעפאלן א קליינע אינגל 2 יאר אלט.
די אינגל האט זיך געשפילט אין זיין באבע’ס גארטן אין א געגנט נישט ווייט פון די היימישע געגנט אין לאנדאן, ווען מיטאמאל זענען 5 צעווילדעוועטע הונט געקומען צו לויפן און אים אנגעהויבן אטאקירן, און בייסן.
די באבע וואס האט געהערט די קולות איז אראפגעלאפן און אריינגעטאנצן צווישן די אגרעסיווע הונט, כאפנדיג דעם קינד, מאכנדיג יאמערליכע ליארמעס צו שכנים, אז מען זאל אלארמירן די פאליציי.
די פאליציי זענען ערשינען, און אנגעטון ספעציעלע מאסקעס, אנהויבנדיג באהאנדלען דעם קינד וואס איז געווען שטארק צעביסן און דערשראקן, אבער דאך אין א גוטע צושטאנד.
די פאליציי האבן זיך געספראוועט מיט די ווילדע הונט, זאגנדיג אז ווען נישט די געוואגטע באבע, וואלט דער קינד נישט איבערגעלעבט.
ער איז געווארן אריינגעפארן אין שפיטאל, און געווארן באהאנדלט פאר טיפע שניטן און ביסן, ער איז אויך געווארן אנגעשטאפט מיט וואקסינען קעגן מעגליכע קרענק וואס הונט קענען מיטגעבן מיט ביסן.
די באבע איז אויך געווארן באהאנדלט, ווערנדיג 2 מאל געביסן דורך די ווילדע הונט.
די פאליציי האבן געעפנט א אויספארשונג, איבער די הונט, און די אייגנטומער, און דערווייל איינגעשפארט די הונט.