*ארטיקל אריינגעשיקט צו אידישער ווינקל.
א שמועס וואס כ’האב מיטגעהאלטן היינט אין בית המדרש.
“יענקל, האסט געהערט? חיים נחום’ס זוהן איז משוגע געווארן! כ’האב אים געזען דרייוון א קאר, איך ווייס נישט וואס ס’איז געשען מיט אים…”
“יונה איך פארשטיי נישט. ער איז שוין 20 יאר אלט, ער האט שוין אלע רעכטן!”
“אוי יענקל, יענקל, וואס פארשטייסטו נישט? ער איז דאך א בחור!”
יעדער מענטש האט אסאך שטאפלען דורכצוגיין אין זיין לעבן איינע פון זיי איז די בחור’ישע יארן, אין די טיען-עידזש יארן, באטיטלט מען דער מענטש מיטן צונאמען ‘בחור’ און ווילאנג א ערוואקסענער בחור טרעפט נישט זיין באשערטער
איז ער א מין רעכטלאזע, באגרעניצטע באשעפעניש, באקומענדיג ווייניגער רעכטן, ווי א שווארצע שקלאפטע פין די מיטל אלטער.
‘א בחור דארף וויסן זיין, א בחור טאר נישט, א בחור מעג נישט’
וואָס הייסט ביסט דאך א בחור!!!
ס’גייט דורך א יאר נאך א יאר, און דאס איז שוין נאר, אויב דו האסט געהאט שכל און מזל דורכצושוויצן די בחור’ישע יארן גאנצערהייט, מען ווערט זיבעצן, אכצן, די צייט ריקט זיך מען האפט און קוקט ארויס יעדן טאג אויף צו באקומען אביסל פרייהייט.
יעדע שטיק צייט ווערט איינער פון די חברים א חתן. מען עפנט אים די טויערן צו פרייהייט אין לעבן, זיי קענען זיך אנהייבן מסדר זיין מיטן לעבן און טון עפעס, אדער בלייבן לערנען, זיי קענען זיך גיין לערנען א פאך, אין די עיקר איז, מען באקומט אנערקענונג. מ’הייבט זיך אן רעכענען מיט זיי און מיט זייער מיינונג מ’רעכנט זיי אריין און ווערן א יש.
דו מעגסט שוין ביסט דאך שוין נישט קיין בחור.
דעיס איז אבער נאר מיט די מזל’דיגע!
אויב אבער איז דיר באשערט אביסל צו ווארטן אויף דיין באשערטע, דאן ביסטו אין ערנסטע טראבל.
ווי נישט ווי, וואס מען טוט מיט דעם בחור קען מען (???) נאך פארשטיין פארוואס מען באגרעניצט אים אזוי, נאך אלעם איז מען אין די יארן זייער נישט סטאביל.
אבער ווען א בחור איז שוין צוואנציג יאר אלט, וואס ווילסטו פון אים? פארוואס לייגט מען אים נאך אלץ אריין אין די קאטעגאריע “בחור?” פארוואס קען ער נישט זיין ווי זיינע חברים?
פארוואס זאכן וואס זיינע חברים טוען איז נארמאל, און ווען ער טוט עס איז ער אינגאנצן אפגעפרעגט???
פון ווי נעמט זיך די סטיגמע, פארוואס מוז ער בלייבן א ליימענע קאטשקע ביז ער טרעפט זיין פאסיגע זיווג?
מען נעמט 20 יעריגע מענטשן און מען האלט זיי אין א סאסייעטי ארעסט, ווייל זיי זענען נאכנישט גליקלעך געווארן צו טרעפן א שידוך.
זיי קענען נישט זיין פראדוקטיוו, קענען נישט, און מעגן נישט גארנישט!
אויב ער טוט עפעס א קלייניגקייט איז ער שוין אפגעווארפן, אויב גייט ער ארבעטן הייסט ער שוין א ווארקינג בוי, ער איז שוין אפגעלעבעלט, מיט א לעבל וואס האט נישט קיין שום פשט.
וואס איז דאס ווארקינג בוי? אפשר רופסטו אויך אן זיין חבר וואס איז שוין פארהייראט ווארקינג בוי, וואס איז די חילוק צווישן די צוויי מענטשן?
אויב איז די בחור א מענטש וואס רעכנט זיך מיט די סאסייעטי זענען זיינע הענט געבינדן ער קען גארנישט טון, זיינע חברים קענען פארן וועקעישאן אויף פלארידע אדער קאליפארניע, און דערוואגן זאל זיך די בחור אפילו נאר צי טראכטן פין דעם, ער וועט ווערן א אפגעפרעגטער.
שוין צייט צי ענדיגן די דיסקרימינאציע, גענוג טרערן פון יונגע מענטשן זענען שוין פארגאסן געווארן, שוין צייט צו זאגן גענוג.
איטס טיים פאר טשעינדש!