ניו יארק – ריעל עסטעיט סוחרים פון איבער גרעיטאר ניו יארק האבן אנגעהויבן פריש צו קוקן אין ריכטונג פונעם קעטסקילס ראיאן, נאכדעם וואס דער לאנג-געפלאנטער קאסינא צענטער האט זיך געעפנט. דער מאסיווער 1.2 ביליאן דאלארדיגער “רעזארטס ווארלד קאסינא”, האט געעפנט אירע טויערן אין מאנטיסעלא פארגאנגענע וואך דאנערשטאג, צום פרייד פון טויזנטער אלגעמיינע באזוכער, און צום ביטערן אנטוישונג פונעם ניו יארקער אידנטום, וועלכע פארוויילט אין די זומער מאנאטן אין די קעטסקילס און האבן אזוי פרובירט צו באקעמפן דעם קאסינא.
אצינד הערט מען אז ריעל עסטעיט סוחרים האבן אנגעהויבן זוכן אפצוקויפן ליידיגע שטחים און פארטיג-געבויטע הייזער אין מאנטיסעלא און אין שטעט ארום, וויבאלד זיי דערווארטן אז דער לאקאלער מארקעט וועט ווערן הייס, היות פילע וועלן זוכן זיך אהין אריבערצוציען, צו וואוינען נאענט צום קאסינא צענטער.