קענסאס – נעכטן האט דער קענסאס סעקרעטערי אוו סטעיט געמאלדן, אז א הונט וועלכער האט געוואלט לויפן פאר גאווערנאר, וועט נישט ערלויבט ווערן צו לויפן. די עלעקשאן געזעצן אין די סטעיט זענען זייער לויז, און עס ערלויבט אפילו פאר יוגנטליכע צענערלינגען צו לויפן פאר’ן גאווערנאר’ס אמט – און דעריבער האט עס עמיצער געוואלט אויסנוצן, דורכ’ן אריינגעבן אן אפליקאציע אז זיין הונט וויל לויפן פאר גאווערנאר, און דעם הונט’ס אייגנטימער האט זיך איינגעגעבן אלס דער קאמפיין מענעדזשער… דאס האט געברענגט א גרויס געלעכטער און ס’איז געווארן א סענזאציע אין דער סטעיט, ווען יעדער האט געווארט צו זען וואס די סטעיט אויטאריטעטן וועלן באשליסן.
דער קענסאס סעקרעטערי אוו סטעיט האט נעכטן געמאלדן, אז לעגאל איז טאקע נישטא גארנישט וואס קען אפהאלטן א הונט פון פיגורירן אויפ’ן שטים צעטל, אבער וויבאלד עס איז קלאר אז דער הונט וועט נישט קענען ערפולן די אויפגאבן וואס ס’פארלאנגט זיך פון א גאווערנאר, קען מען אים נישט ערלויבן צו לויפן…
פון: דער איד