מען קען גארנישט טון האבן מענטשן זיך געאייסערט אין אנהויב ווען עס האט זיך געהערט א דינע שוואכע שטימע פון עטליכע עסקנים וואס האבן געבלוטיגט אויף די נידערטרעכטיגקייט פון אפכאפן מענטשן אין שוואכע מאמענטן, דאס ארומשיקן צו די גאנצע וועלט, און פארגעסן אז די מענטשן האבן געפילן, פאמיליע, קינדער, אייניקלעך, פרנסות, און 120 קארגע יאר צו לעבן און שעפן נחת.
דער אויבערשטער האט זיכער הנאה געהאט אז מען נעמט זיך אן פאר זיינע אומבאהאלפענע נשמה’לעך, און די קאמפיין האט געהאט א גינסטיגע אפקלאנג ביים ציבור, ווען די מגיפה פון שפאס ווידעאס האבן זיך אפגעשטילט עטוואס, און די קרבנות האבן געזען אז עס זענען נאך דא מענטשן מיט רחמנות, מיטגעפיל, און סימפאטיע צו זייערע פיין און ליידן, און זענען גרייט צו זיין נחשונים אין א פראיעקט וואס האט נישט געהאט קיין פארזארגער.
אידישער ווינקל איז שטאלץ צו עפענען דעם טיר פון אזא וויכטיגע טעמע, און ארויסהעלפן מענטשן וואס ליידן אויף א טאג טעגליכער פארנעם.
מענטשן האבן פארמאגט פארשידענע פראגעס, וואס איז די קאמפיין? וואס גייט פאר? און פארוואס מאכט מען אזא איבערקערעניש?
די ענטפערס צו דעם וועט איר טרעפן אין די פאפולערע מאמענט מאגאזין, וועלכע איז אונזער שותף לדבר מצוה צו טראגן די מעסעדזש ווייטער און אויפשטורעמען כלל ישראל אז עס ברענט א פייער.
אידישער ווינקל האט אויפגעטריבן באלד 5 טויזנט דאלער צו לאזן דרוקן סטיקערס, צו מאכן מענטשן אויפמערקזאם איבער דעם פראבלעם, און מיר זענען אייך מכיר טוב למפרע, ווייסנדיג אז איר וועט זיך זיכער אנשליסן אין דעם אקציע, קויפן דעם מאמענט, ארויפקלעבן דעם סטיקער, וואס איז אגב געמאכט פון ספעציעלע איידעלע קלעב וואס קומט גרינג אראפ, און וועט נישט צוקלעבן אייער קאר. מיטן ארויפלייגן דעם סטיקער אויף אייער קאר וועט איר העלפן צובראכענע מענטשן, און איינקויפן ריזיגע זכותים.
אן אינטערוויו מיט הרה”ח ר’ עקיבא קליין שליט”א און נאך פולע דעטאלן איבער דעם “לאמיר דאס אויפהערן” קאמפיין, ווי די באמפער סטיקערס, וועט איר טרעפן אין אייער מאמענט פעקל פון די וואך, איר וועט לאכן און וויינען. פאלגט נאך ווייטערדיגע דעטאלן פון די מערכה וואס ווערט צום ערשטן מאל אדרעסירט.