ירושלים – א שרעק באנעמט יעדן, ווען מען לייענט באריכטן אז עס איז דא אן ערנסטע זארג אז כעמישע וואפנס, וועלכע ווערן גענוצט אין סיריע, קען עווענטועל אריבעררינען קיין ארץ ישראל, און דארטן אפעקטירן טויזנטער איינוואוינער ה”י. די ווארענונגען איבער א מעגליכע אריבעררינונג פון כעמישע וואפנס פון סיריע קיין ארץ ישראל, קומט פון די ציוניסטישע שפיאנאזש אגענטורן, וועלכע האבן ארומגעשיקט א מעסעדזש צו איזראעלישע אמבאסאדארן איבער דער וועלט, זאגנדיג אז עס איז דא קלארע באווייזן אז דער סירישער דיקטאטור באשאר אסאד פארמאגט נאך א גאנצן זאפאס פון כעמישע וואפן, און ער פלאנירט דאס אנצוהייבן נוצן מער אגרעסיוו. דאס קומט אלעס נאכדעם וואס מדינת ישראל האט דורכגעפירט אומפאראנטווארטליכע באמבארדירונגען אויף איראנער צילן אין סיריע, וואס האט געפירט צום אראפשיסן פון אן איזראעלישן פליגער.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.