אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סאוט אפריקע דיקטאטור רעזיגנירט

קעיפטאון – סאוט אפריקע’ס לאנגיעריגער פירער און דיקטאטור, דזשעיקאב זומא, האט נעכטן רעזיגנירט פון אמט, ברענגענדיג האפנטליך אן ענדע צו אן עפאכע פון טיפע רעגירונג קארופציע און סקאנדאלן. זומא פירט שוין סאוט אפריקע זינט יאר 09′, און אין לויף פון די יארן איז ער פארוויקלט געווארן אין עטליכע סקאנדאלן, הויפטזעכטליך דאס וואס ער האט זיך געלאזט פארקויפן פאר דער רייכער אינדיאנער גופטא פאמיליע, וועלכע האבן ממש ווי געהאלטן די גאנצע סאוט אפריקאנער רעגירונג אונטער זייער קאנטראל. זומא’ס “אפריקען נעשאנעל קאנגרעס” פארטיי האט געלייגט דרוק אויף אים אין די לעצטערע וואכן, אז ער זאל אפטרעטן, און טראץ וואס ער האט קודם פרובירט צוריקצוקעמפן, האט ער זיך נעכטן געבראכן צום דרוק און ער האט רעזיגנירט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.