וואשינגטאן – דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער, איז פרייטאג ארויסגעקומען מיט פרישע קלאגעס אין פארבינדונג מיט זיין אויספארשונג, און די קלאגעס זענען קעגן דרייצן רוסישע בירגער און 3 רוסישע פירמעס, וועלכע ווערן באשולדיגט אין שפילן א ראלע צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן אין יאר 16׳. צווישן די דעטאלן אין די קלאגעס, ווערט באשולדיגט אז די רוסישע פארשוינען האבן גערויבט אידענטיטעטן פון אמעריקאנער בירגער, צו קענען עפענען באנק אקאונטס אין אמעריקע, צו פינאנצירן די רוסישע אפעראציעס. די רוסן האבן געארבעט צו פארשפרייטן פראפאגאנדע לטובת קאנדידאט טראמפ, און האבן אויך געארבעט מיט עטליכע טראמפ קאמפיין באאמטע, וועלכע האבן אומוויסנדיג קאאפערירט מיט די רוסן און ארגאניזירט פרא-טראמפ ראליס. די דעמאקראטן האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די פרישע קלאגעס, אבער טראמפ האט ארויסגעהויבן אז די קלאגעס צייגן קלאר אז קיינער פון זיין קאמפיין האט נישט וויסנדיג קאאפערירט מיט די רוסן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.