פאליטישע נייעס און ארטיקלען

פרישער פּלי-דיעל מיט מוללער

וואשינגטאן – געוועזענער הויכראנגיקער טראמפ קאמפיין ראטגעבער ריק געיטס, וועט זיך דערקלערן שולדיג אויף עטליכע שווינדל קלאגעס, לויט א באריכט אינעם “לאס אנדזשעלעס טיימס”. געיטס איז געווארן אנגעקלאגט מיט די קלאגעס, אינאיינעם מיט זיין געוועזענעם ביזנעס שותף און געוועזענער טראמפ קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט, דורכ’ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, און לויט’ן פרישן באריכט, האט געיטס געזאגט פאר מוללער און זיינע געהילפן, אז ער איז גרייט צו שליסן אן אפמאך, צו באקומען א מינימאלע שטראף, און איז אויך גרייט אויפצוטרעטן אין געריכט קעגן מענעפארט. באריכטן צירקולירן שוין עטליכע טעג אז געיטס פרובירט צו שליסן א דיעל מיט מוללער, און עס בלייבט נאר איבער צו זען, צי געיטס האט עפעס שמוץ צו פארקויפן אויף מענעפארט, אין פארבינדונג מיט דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, אדער סתם נאך פינאנציעלע מיסברויכן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.