די עף-בי-איי האט דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג ארעסטירט צוויי צווילינג ברידער אין די בראנקס, אין פארבינדונג מיט פאבריצירן אויפרייס מאטריאל אין זייער הויז.
די אויספארשונג איז שוין געווארן אפגעשטופט פאר א מאנאטן און וואכן, ביז די רעגירונג האט באשלאסן צו נעמען די קעיס אין די האנט אריין, און אנקלאגן די צוויי ברידער’ס אין עלטער פון 27 יאר, וואס וואוינען אין די פעלהאם סעקשאן פון די בראנקס.
טשירסאן טארא איינע פון די צוויי ברידער איז געווען א לערער אין הארלעם, און האט אפגעלאזט דעם ארבעט אין דעצעמבער.
אויטאריטעטן זענען צוריקגעגאנגען צו די שולע ארט ווי ער האט געארבעט, און האבן באקומען אינפארמאציע פון די שולע באאמטע ווען זיין האבן איבערגעקוקט דעם לעפטאפ פון טשירסאן, האבן זיי געפונען אז ער האט געסירטשט אויף די דעטאלן פון די אטאקע וואס איז פארגעקומען אין באסטאן אין 2013. און האט אויך באצאלט פאר א סטודענט וואס האט געלערנט אין די שולע 50$ א שעה, ער זאל אים דורכפירן די ארבעט פון פארשידענע אויפרייס מאטריאל.
די עף-בי-איי האט נאך דערווייל נישט ארויסגעגעבן מער דעטאלן איבער דעם ארעסט פון די צוויי ברידער.