ארטיקלען און געדאנקען

געדאנקען אין די סאושל מידיא בוליאונג קאמפיין: “פארמעקט די ווידעא, פאר טויזנט דאלער”

די גמרא פארציילט אין מסכת יבמות אז ר’ עקיבא האט געהאט 24 טויזנט תלמידים פון גבת ביז אנטיפרס און זיי זענען אלע געשטארבן אין די ימי הספירה: משום שלא נהגו כבוד זה בזה, ווייל זיי האבן זיך נישט אויפגעפירט מיט כבוד איינער צום צווייטן.

עס דארף כאפּן א ציטער ווען מען הערט די ווערטער. מען רעדט דאך נישט דא אז זיי האבן יענעם פארשעמט, נאר פּשוט שלא נהגו כבוד זה בזה. א מענטש, א ילוד אשה, און ווער רעדט נאך א אידיש קינד, דארף מען באהאנדלען מיט כבוד, מיט רעספּעקט. ער איז דאך דעם אויבערשטנ’ס א קינד.

און מיר מוזן געדענקען אז דאס איז איינס פון די יסודות וואס שיידט אפ בין ישראל לעמים, א איד איז א איד אלעמאל, נישט קיין חילוק צי ער איז אין בית המדרש צי אינדערהיים צי אויף דער גאס. אלעמאל איז ער א איד און אלעמאל דארף ער זיך אויפפירן מיט כבוד צו א צווייטן מענטש. *

די לעצטע יארן איז פאראן א נייער אנשיקעניש: פארשידענע מענטשן דרייען זיך אין קעשענע מיט א סמארטפאון און רעקארדירן יעדע אינטערעסאנטע, מאדנע, קאמישע אדער באליידיגנדע סצענע וואס זיי זעען דאס, און שיקן דאס תיכף ווייטער. עס גיט פאר די מענטשן עפּעס א מאדנער אומפארשטענדליכער סיפוק. צומאל קען א סצענע וואס האט זיך אפּגעשפּילט אויף לי עוועניו אין וויליאמסבורג, געזען ווערן דורך מיליאנען מענטשן ארום דער גאנצער וועלט, אין געציילטע שעות.

מיט עטליכע וואכן צוריק, האט עמיצער געזען ווי א איד מוטשעט זיך אנצולאדענען פּראדוקטן אויפ’ן דאך פון זיין קאר. אנשטאט מקיים זיין דעם עזוב תעזוב עמו האט ער ארויסגענומען זיין סמארטפאון און רעקארדירט די אינטערעסאנטע סצענע, בשעת ער ווארפט זיך פון לאכן. אינעם קאר איז הפּנים אויך געזיצן א בחור’ל וועלכער האט געלערנט א לעקציע אין חסד פון דעם דערוואקסענעם, נעמליך, ווען דו זעסט א איד מוטשעט זיך, גיי נישט ארויס העלפן, נאר נעם ארויס א קאמערע און רעקארדיר אים, און שיק עס ארום איבער דער גאנצער וועלט. (דעם פאלגנדן טאג האט שוין א צייטשריפט אין לאנדאן (!) באריכטעט איבער דער קאמישער סצענע וואס איז רעקארדירט געווארן אין דער ווייטער וויליאמסבורג. אז מען קען טרייבן שפּאט פון א איד, א בעל צורה, פארוואס נישט.)

וויפיל מצוות וואלט דער איד געקענט אריינכאפּן ווען אנשטאט ארויסנעמען דעם סמארטפאון גייט ער ארויס פון קאר און העלפט ארויס דעם איד: ואהבת לרעך כמוך, מפני שיבה תקום, עזוב תעזוב עמו, צדקה בגוף, א וועלט פון זכותים אין איין מינוט. און צו דעם וואלט ער געהאט א געלעגענהייט מחנך צו זיין זיין בחור’ל צו חסד און מידות טובות.

אבער אנשטאט דעם האט ער אנגעוואוירן דאס און נאך פיל מער פון דעם.

דאס איז בלויז איין דוגמא. עס זענען פאראן נאך צענדליגער אויב נישט הונדערטער ענליכע פעלער. אַן אנדערער ביישפּיל: מיט עטליכע יאר צוריק איז א יונגערמאן געווען פארוויקלט אין א שווערן עקסידענט און עמיצער האט רעקארדירט ווי ער ליגט באוואוסטלאז אין זיין צעשמעטערטן קאר. דער איד האט געלאזט א גוי’אישע פּארפאלק טאן די ארבעט פון פּרובירן צו העלפן דעם פארוואונדעטן איד. ער האט געהאט וויכטיגערס צו טאן; ער האט געדארפט רעקארדירן די סצענע כדי ער זאל באטראכט ווערן אלס א “גיבור” דורך זיינע פריינד.

מיר אידן, וועלכע האבן א נאמען אלס בעלי חסד, אייניקלעך פון אברהם יצחק און יעקב וועלכע צייכענען זיך אויס דוקא מיט די מידות פון רחמנים, ביישנים און גומלי חסדים, דארפן זיין  די ערשטע וואס זאלן שפּרינגען צו לויפן אויף אלע פיר און ארויסהעלפן א איד, אנשטאט זיין די ערשטע צו “כאפּן א גוטן קליפּ”.

עפּעס האט פאסירט מיט אונז אז מיר האבן פארלוירן די פון-טויזענטער-יארן אריינגעבאקענע מידות.

מיינע ווערטער זענען געוואנדן צו די וועלכע פארמאגן א סמארטפאון און איך וועל אננעמען אז זיי האבן עס בהיתר, פאר פּרנסה אדער פאר סיי וועלכע סיבה.

עס איז באקאנט אז אפילו ביי די גוים שרייט מען כסדר אז דער סמארט פאון האט גענומען די מענטשהייט און זיי פארוואנדלט אין בעלי חיים, אין געפיללאזע, מעכאנישע, ראבאטישע בעלי חיים.

אט אזא פאסירונג וואס איך האב פריער געשילדערט וואלט קיינמאל נישט געקענט פאסירן ביי אונז איידער די “סמארטפאון עפאכע”. נאר אצינד, היות עס איז דא סמארטפאונס, און טייל פון די סמארטפאון באניצער שיקן כסדר ארום קליפס צו זייערע באקאנטע, ווערט א רייץ און יעדער וויל שיקן מער, און בעסערע, און אינטערעסאנטערע קליפס.

ס’טייטשט, ער האט דאך דא א גוטס, ער קען דאס אפכאפן און שיקן פאר זיינע חברים וועלכע וועלן אים זאגן א גוט ווארט אז ער טויג. און די שאלה איז וואס איז מיט אונז געווארן, כסדום היינו, לעמורה דמינו?

ווי שטייען מיר אויף דער וועלט?

און נאך א מעשה שהי’ וואס איך ווייס פון דער ערשטע האנט: צוויי אידן האבן זיך צעווערטלט איבער א געוויסן שלום בית סכסוך. א זייטיגער צושויער האט באמערקט ווי א ‘גוטער איד’ שטייט און רעקארדירט די סצענע מיט א פרייליכן שמייכל אויפ’ן פּנים.

גייט ער צו צו יענעם און בעט אים שיינערהייט: זיי אזוי גוט און מעק עס אויס. אבער דער כאפּער שרייט בשום פנים ואופן. וואס הייסט, איך וועל מוותר זיין אויף דעם ביסל אטענשאן וואס איך גיי אפשר קריגן פון אפאר נאראנים פאר אזא גוטער קליפ? איי איך גיי אינאיינעם מיט דעם מקיים זיין דעם המלבין פני חבירו ברבים, איך גיי דאך פארלירן מיין חלק אין עולם הבא, און אפילו מעגליך מיין עולם הזה, ווייל, שלא נהגו כבוד זה בזה.

אבער דאס איז דער חורבן פון אונזער דור, מען האט אויפגעהערט טראכטן. די טעכנאלאגיע האט געמאכט ראבאטן פון מענטשן און א ראבאט קען נישט טראכטן. און אין דעם ליגט דער חורבן. עס איז נישט אז ער וויל יעצט פארשעמען א מענטש, נאר דער רייץ פאר בעסערן קליפ נעמט אים צו די גאנצע קאפ און די מעגליכקייט איר צו נוצן אויף א אידישן וועג.

אבער די מעשה איז נאך נישט פארטיג. דער זייטיגער ‘שתדלן’ האט דאך נישט געקענט שלום מאכן מיט’ן מצב אז אזא סצענע וועט פארעפנטליכט ווערן און באליידיגן צוויי אידן, און איינוועגס מאכן א חילול ה’, האט ער זיך געבעטן ביי יענעם מיט תחנונים, זיך געבעטן ווי צו א גזלן. אבער דער שטייט פארהארטעוועט, ער וועט נישט מוותר זיין אויף זיין ביסעלע אטענטשאן.

זעענדיג מיט וועמען ער האט דא צו טאן האט ער געפרעגט פון יענעם אפן און קלאר: פאר וויפיל געלט וואלסטו געווען גרייט אויסצומעקן דעם קליפּ. אהה, געלט איז שוין עפעס אנדערש: טויזנט דאלאר.

דער איד האט געזען אז ער האט נישט קיין ברירה און האט באצאלט פאר דעם קליפ כאפער טויזנט דאלאר, טבין ותקילין. און דער קליפ כאפער האט עס אן קיין שום בושה גענומען, ווי כאילו ער האט יעצט געמאכט א ערליכע ביזנעס טראנזאקציע.

אז א איד קען נעמען טויזנט דאלאר ביי יענעם כדי נישט צו פארשעמען אידן לעיני ישראל והעמים, און ער קען נאך עסן נאכטמאל און גיין שלאפן ווי גארנישט וואלט פאסירט, איז דאך נישט דא קיין גרעסערער לא נהגו כבוד זה בזה ווי דאס.

אידן, וועקט אייך אויף. לאמיר נישט אראפזונקען אין דעם תהום רבה וועלכען דער שטן האט אויסגעשפרייט פאר אונז. לאמיר זאגן פאר’ן מלאך המשחית הרף. לאמיר זיך דערמאנען אז אונזער מציאות איז א מציאות פון איידלקייט, פון צניעות, פון מידות טובות, פון רחמנים, ביישנים און גומלי חסדים.

לאמיר געדענקען אז ווען עס פאסירט חלילה אן עקסידענט איז פיל וויכטיגער צו קומען צו הילף אויב מען דארף און אויב נישט זאל מען זיך גיין אינעם אייגענעם וועג אנשטאט זיך אראפשטעלן כאפן א קליפ.

לאמיר נעמען א לקח פון די תלמידי רבי עקיבא און זיך פארנעמען זיך צו פארבעסערן אין דעם ענין פון מידות טובות אז מיר זאלן חלילה נישט אנקומען צו דעם אז מען זאל זיך דארפן פרעגן על מה עשה ה’ ככה. לאמיר נוצן אט די עפיזאדן עס זאל אונז אויפוועקן פון דעם שלאף און מיר זאלן צוריק ווערן בני קל חי וועלכע פירן זיך אויף בדרכי האבות מיט מידות טובות און כבוד און רעספּעקט איינער פאר’ן צווייטן.


ארטיקל איז געווען געדרוקט אין די פאפולערע ‘שטערן’ אויסגאבע און ווערט יעצט איבערגעדרוקט מיט ערלויבעניש צו די קאמפיין איבער סאושל מידיא בוליאונג. 


איבערן שרייבער

שמעון ראלניצקי

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.