ארטיקלען און געדאנקען

פראגעס און ענטפערס איבער די מאסיווע סאושל מידיא בוליאונג קאמפיין

איר האט שוין זיכער געזען, געהערט, אדער געליינט, און פילייכט טראגט איר שוין ארום מיט זיך א מיינונג איבער די קאמפיין וואס האט אויפגעשטורעמט די אידישע גאס נעמליך די “לאמיר דאס אויפהערן” מערכה וואס איז געווידמעט צו פארמערן אויפמערקזאמקייט ביי מענטשן איבער ארומשיקן בילדער אדער ווידעא וואס מאכן חוזק פון אנדערע מענטשן, די חיזוק און שטיצע וואס מיר באקומען האט אונז ממש איבערראשט, און זעענדיג ווי מאנכע פארמישן זיך מיט די ציל פון אונזער קאמפיין, און פארשטייען נישט פונקטליך וואס מיר ווילן אויפטון, וועלן מיר ווידמען עטליכע שורות אייך אויסצוקלארן עטליכע פראגעס.

פארוואס דארף מען א קאמפיין?

יעדער וואס האלט מיט וואס טוט זיך לעצטנס אויף די היימישע סאושל מידיא נעצן, וועט מודה זיין אז זאכן זענען ארויס פון קאנטראל, און מען האט זיך גענומען צו עטליכע אומשולדיגע מענטשן וואס זענען רעקארדירט געווארן אין קאמישע מאמענטן, און מען הערט נישט אויף טרייבן פון זיי שטיקער לצנות, ווי זיי זאלן נישט זיין געמאכט פון בלוט און פלייש, און טראץ וואס עס רייסט פון זיי לעבעדיגע שטיקער, און זיי בעטן זיך מען זאל זיי אויפהערן פארשעמען איז נישט דא וואס צו טון, די אנאנימע ליידיג-גייער טרעפן יעדן טאג פרישע וועגן צו מאכן די אלטע אויסגעדראשענע ווידעאס אינטערסאנט, און וועלן דאס ארויסברענגען אויף נייע סארטן וועגן מיט פרישע שפאטישע לצנות פון עטליכע צעביילטע רחמנות’לעך אויף וועמען קיינער נעמט זיך נישט אן.

די ווידעאס לייגן צוגרונד מענטשן, און עס זענען פארהאן עטליכע עלטערע אידן וואס האבן געכאפט הארץ-אטאקעס צוליב וואס זיי זענען געווען פאר וואכן לאנג די וויץ פון שטאט, און גוטע אידן האבן זיך מטפל געווען נישט צו צורוה לאזן די אידן, נישט קיין חילוק וויפיל פיין זיי האבן שוין געזאמלט און וויפיל מען בעט דאס צו אויפהערן.

ערשט יעצט ווען די מאמענט אויסגאבע האט געשריבן אן אינטערוויו מיט דער בארימטער סופר ר’ עקיבא קליין הי”ו, ווי ער דערקלערט אז די ווידעאס האבן אים רואינירט זיין לעבן עד כדי כך אז מען האט אים געבעטן ער זאל אוועקגיין פון א משפחה שמחה צוליב די איבערקערעניש וואס זיין אנוועזנהייט האט געשאפן און ביי אנדערע געלעגנהייטן האבן אים קינדער געשלעפט די בארד און זיך באצויגן מיט אומגלויבליכע קאלטקייט ווי כאילו עס זאלן אין זיינע אדערן לויפן מאראנצן-זאפט, האבן מענטשן אנגעהויבן באגרייפן ווי וויכטיג עס איז צו מאכן מענטשן אויפמערקזאם.

מענטשן וועלן סייווי נישט אויפהערן, וואס וועט דאס אויפטון?

די ציל פון די קאמפיין איז נישט אזוי ווייט געווען מיטן פלאן אז דאס וועט זיך אויפהערן. מיר רעאליזירן אז מיר זענען א הייפעלע מענטשן קעגן די מאכטפולע כח פון די געוועב, און מיר האבן אויך גאנץ גוט געוואוסט אז געווענליך רעדט מען מוסר צו די וואס דארפן דאס נישט הערן, די וואס שיקן ארום ווידעאס און האבן נישט קיינע געפילן צו אנדערע מענטשן, זיי קענען אויך בדרך כלל נישט ליינען און פארשטיין וואס מען רעדט צו זיי.

אונזער ציל איז געווען אז דער דער איבערוויגנדער המון עם וואס פארשטייט יא, און איז אויסגעשטעלט יעדע מינוט אין טאג צו אריינבאקומען א פרישע שפיכת דמים ווידעא אדער בילד וואס איז נישט פאסיג, און טוט פארשעמען דער וואס איז אויפן בילד, זאל וויסן און אינאכט נעמען אז די מענטשן וואס זענען קרבנות נעמען דאס נישט פאר לייכט, און ביי טייל קאסט דאס די געזונט.

מיר האבן געצילט צו מאכן דעם ציבור אויפמערקזאם, אז די ווידעאס זענען שמערצליך גענוג אז זיי פארן ארום, און מען דארף נישט צוגיין ווען מען זעט א מענטש וואס איז צושאנד און צושפאט איבער די גאנצע וועלט, און זיי דערמאנען אז איר ווייסט אויך דערפון.

מיר האבן געצילט צו דערמאנען די היינטיגע מוחות וואס ווערן ראבאטירט און איינגעוואוינט צו די פרישע ווידעאס, בכל עת ובכל שעה, און אנטשטאט לאזן די געפילן איינפרירן האבן מיר געוואלט שטורעמען און איינבאקן די געדאנק אז עס איז נישט אקצעפטירט און עס ווערט נישט נארמאל צו שיקן א ווידעא פון א מענטש און א שוואכע ‘מאמענט’ ווייל “יעדער טוט עס” און ווייל עס איז סייווי איבעראל.

מיר האבן געפרעגט איין חבר וואס האט געצייגט געוואלדיגע געפיל צו אונזער קאמפיין, און געגעבן אסאך געלט און חיזוק “פארוואס ביסטו אזוי ווארעם?” ווילנדיג פארשטיין צו ער איז אמאל דורך שוין אזא דורכגאנג, אדער צו עמיצער אין זיין פאמיליע איז דאס שוין דורך, האט ער געענטפערט אז ער איז דאס נאך קיינמאל נישט דורך און ער איז ווארעם צו די מערכה ווייל ער האט מורא אז ער קען זיין דער קומענדיגער קרבן. “וואס ווייס איך?” אפשר וועל איך ווערן אפגעכאפט אין עפעס א שוואכע מינוט וואס קען ביי יעדן אונטערקומען, איך בין פשוט סעלפיש, איך האב זיך אליינס אינזין… איך ציטער יעדן איינציגן טאג דערפון, דעריבער אז איינער שרייבט דערוועגן, האב איך הנאה און איך העלף וויפיל איך קען.

אן אנדערער אינגערמאן וואס איז שוין גראד פון אנפאנג גאר סימפאטיש צו אונזער איבערקערעניש האט מסביר געווען אז ער וועט אלעס טון אין די וועלט ארויסצוהעלפן די מערכה צוליב וואס ער האט מיטגעהאלטן א געשיכטע, ער דערציילט: “איך האב מיטגעהאלטן א פאל אין וויליאמסבורג, ווי די ווינטן האבן אראפגעבלאזן איינע פון די גאר וויכטיגע צוגעהערן פון א פרוי, נארמאל וואלטן זיך מענטשן מיט שכל און געפילן אוועקגעדרייט, צוליב די שרעקליכע בישות וואס דאס האט איר געשאפן. האב איך מיטגעהאלטן ווי א אינגער בחור’ל שטייט דארט, שלעפט ארויס א מאשינקע, און הייבט אן האקן ווידעא ווי כאילו ער זאל זיצן יעצט ביים טייך און פילמירן די פיש אין וואסער… צו איר מזל איז דארטן אנוועזנד געווען א צווייטער אינגערמאן וואס האט אויך פארמאגט א דעווייס, און שנעל צוגעשפרינגען צו דעם בחור’ל, אפכאפנדיג א ווידעא ווי ער שטייט דארט, שמייכלענדיג מיט צופרידנהייט אויף די באמבאסטישע מאמענטן וואס קומען יעצט ווען אלע זיינע חברים גייען אים צוריק שיסן אויפגעהויבענע הענטעלעך און זיכער אויסרימען אויף די געלונגענע וויירעל ווידעא וואס מיט גרויס סיעתא דשמיא איז עס אים געלונגען צו דערווישן…

ווען נישט דער אינגערמאן זאל צוגיין מיט א ערנסטע מינע צו דעם בחור און אים סטראשען אז אויב שיקט ער די ווידעא צו איין איינציגע זעל אויף פלאנעט ערד, שיקט ער ארום זיין בילד און קלארע אינפארמאציע צו יעדע קאנטעקט וואס ער האט, און עס וועט אים שאטן פאר שידוכים לאורך ימים ושנים, דער בחור איז שנעל געגאנגען און פארמעקט דעם ווידעא, און ערשט דאן האט דער אינגערמאן אויסגעמעקט דעם בחור’ס בילד, און אים שיין מסביר געווען וואספארא שאדן ער וואלט מיט איין סאקונדע געקענט אנמאכן.

די פרוי און פאמיליע ווייסן אפילו נישט אז אין צוגאב צו די זייער אומאנגענעמע מאמענטן אין גאס, וואלטן זיי – ווען נישט דער בראווער אינגערמאן – געקענט ווערן דער שטאט’ס וויץ, און ליידן פאר יארן פון ביטערע בישות וואס מען קען אויף קיין שום וועג אויפהערן אדער אפשטעלן.

מענטשן ווערן אימיונירט מען איז נישט שלעכט אפילו, מען כאפט שוין פשוט נישט אז עס איז נישט רעספעקטפול, און ס’עסט זיך איין ווי א טעגליכער זאך און רוטינער געוואוינהייט, אז בעפארן עסן נאכטמאל, אדער ווען מען כאפט א בליק אויפן פאון זיך צו לופטערן פון די ארבעט, קומט דאס אינאיינעם מיט עטליכע ‘האהא’ ווידעאס, איר זאגט האהא, און די מענטשן אויפן סקרין קענען שוין זאגן האהא פאר טעג און וואכן. עס עסט זיי אויף לעבעדיגערהייט.

און פארוואס סטיקערס?

פארוואס דארף מען איבערדרייען א שטאט? פארוואס דארף מען ספענדן געלט? פארוואס דארף מען נערוועז מאכן מענטשן מיט סטיקערס? דאס זענען פראגעס וואס מאנכע קענען קלערן. די ענטפער דערויף איז א פראגע. “ווען עס זענען פארהאן סטיקערס פון א וויץ, טוט אייך עס אזוי באדערן?

פארוואס מיר זענען געטריבן געווארן צו שאפן און מאכן סטיקערס, איז געווען ווייל מיר האבן פשוט מורא געהאט אז עס קען ארויסקומען א קטרוג, אויב איז דא געלט און צייט צו מאכן סטיקערס וואס געבן דעם יצר הרע פארגעניגן, מעג און מוז געצייגט ווערן פארן יצר טוב אז ער האט אויך עפעס “פענ”ס,” און משיח האט נאך פארוועם צו קומען, עס זענען נאך דא מענטשן וואס קימערן זיך מיט באקריוודעטע אומבאהאלפענע מענטשן וואס זענען צושאנד און צושפאט און קיינער וויל זיך מיט זיי נישט אידענטיפיצירן אדער שטיין מיט זיי אינאיינעם.

צו די מענטשן וואס וויינען דירעקט צום הימל, ווייל זיי פארמאגן נישט צו וועמען צו וויינען אויסער צום באשעפער, יא די מענטשן ווילן מיר צייגן אז עס זענען פארהאן גוטע אידן וואס וועלן שיקן סימפאטיע מעסעדזשעס, זיי וועלן לאזן אנקלעבן זייער קאר מיט א מיטגעפיל סטיקער וואס רופט אויס, איך טרונק נישט יענעמס בלוט, און יא, זאל שוין די רודעריי מיט די סטיקערס ברענגען, אז מענטשן זאלן זיך כאפן אז מען טרונקט בלוט אין די מאסן, נישט דו, און נישט דיין פריינט, אבער די מארקעט דערפאר איז דא, און עס שפראצן יעדן טאג נאך און נאך, אן וואס עס זאל זיין א קעגנערשאפט.

עס ברענגט מער בישות…

וואכן און מאנאטן האבן די עסקנים געשריבן און געארבעט, און באשלאסן אז מען וועט ברענגען דעם מעסעדזש דורך די מאמענט פלאטפארמע (ניין, נישט מאמענט האט געהערט אז איינער האט א צרה, עסקנים האבן געברענגט דעם צרה צו מאמענט, דער איד האט געזוכט צו רעדן צו איינער וואס קען שרייבן דערוועגן, און אויפקלערן מענטשן אז עס טרעט אים צו צום הארץ) מיט די גרעסטע מאס כבוד און אכטונג האבן זיך די מאמענט שרייבער באנומען צו שרייבן און אויסהערן א פעקל פון יסורים, מיט די מערסטע שעצונג און רעספעקט האבן זיי פאראכטן וואס מען האט פון זיי פארלאנגט, און מיט קלארע ערלויבעניש און צושטימונג פון די פאמיליע האבן זיי געלאזט דרוקן א רייכע ארטיקל איבער די פראבלעם פון סייבער בוליאונג. זייענדיג גרייט צו ווידמען זייער פאפולערע פלאטפארמע ארויסצוהעלפן א מענטש, און אזוי באקומען זכותים, געוויס וועלן מענטשן טייטלען אז חחח, זיי טוען דאס צו הייבן סעילס, נו וואס איז די גרויסע עוולה? פארוואס רינט ביי מענטשן די שפייאכץ שטייענדיג מיטן גראבן פינגער און טייטלענדיג מיט גרויס ערפארנקייט און אויסגעשפיצטקייט ערפינדנדיג דאס אומגלויבליכע באשלוס אז מאמענט איז דא צו הייבן סעילס, וואס איז אייער פראבלעם אז זיי הייבן סעילס ווען זיי שרייבן איבער נושאים וואס טרעפן א גוטן ווינקל, און קען אינאיינוועגס אויפטון א געוואלד?

ס’האט ממש אויסגעזען ווי מאנכע האבן געפונען א גאלדן גרוב, און באשולדיגט די מאמענט רעדאקציע מיט אזאנע שטותים אז ווען עס מאכט ווען הונגעריג וואלטן זיי געקענט עסן אייזן און ציגל. עס זענען אבער פארהאן באזעצענע מענטשן וואס פרעגן יא צו די רעש האט נישט געברענגט מער בישות. אויסערדעם וואס די ענטפער איז אז די פאמיליע מעמבערס זענען שוין אלע העכער די אכצן, און ר’ עקיבא איז שוין העכער די 21… דעריבער קענען זיי שוין אליינס מחליט זיין וואס זיי ווילן, איז די טיפערע ענטפער צו דעם אז, די מיטמאכעניש און בזיונות פון 65 פראצענט פון כלל ישראל וואס זעען די ווידעאס, און כאפן נישט אז ר’ עקיבא האט דאס נישט ליב, איז אסאך ערגער און טיפער ווי די ביסל בישות וואס אזא ארטיקל מאכט, אויפקלערנדיג די וואס ווייסן נישט דערוועגן, און ווערן יעצט געוואויר.

ביז יעצט איז די געשיכטע געליגן הינטערן קארפעט, און ר’ עקיבא איז געווען א הפקר’דיגע טעריטאריע וואס האט געקענט ווערן צוטרעטן און געטשעפעט, און קיינער זאל ניטאמאל מיינען שלעכטס, און יעצט ווייסן טאקע מער מענטשן דערוועגן, און אט די מענטשן וועלן וויסן זיך אנצונעמען פאר ר’ עקיבא און מענטשן וואס גייען דורך די זעלבע צרות, און פארשרייען די רודפים וואס נעמען סאושל מידיא קליפס צו ריעל לייף און צעגערן די אזוי גענוג פארפלאנטערטע קרבנות.

פארוואס אזא גרויסע בילד אויפן דעקל?

וואס וואלטן מיר געהאט פון א קליינע בילד ביים עק פונעם פאפיר, ווען עס זאל נישט געזען ווערן און אויפשטורעמען? אונזער הייליגע מיסיע איז געווען מענטשן זאלן זען דעם ארטיקל, און אן ארטיקל ליינען אסאך מענטשן נאר ווען עס ציעט זיי די נייגער אויף א געוויסע וועג, די גרויסע בילד אויפן דעקל איז געמאכט געווארן מענטשן זאלן ווערן ווארעם צו די זאך, עס זאל שרייען פון יעדן ווינקל אז דאס איז עפעס וואס יעדער מוז ליינען, און אזוי וועט מען קענען אנקומען ווי ווייטער.

און ליידער, די בזיונות זענען שוין געווען גענוג גרויס, אז מען זאל זיין פארנומען דעבאטירן א גרעסערע דעקל אדער א קלענערע דעקל…

די מערכה האט אויפגעטון?

ווי מיר האבן ערווענט מיר האלטן נישט אז די ווידעאס וועלן זיך אפשטילן און נעלם ווערן, שלעכטע מענטשן איז אלעמאל געווען און וועט אלעמאל בלייבן, און זינט די געוועב לאזט די אלע אפפאל זיך באהאלטן אונטער פארשלייערטע מאסקעס מיט פאלשע נעמען און אדרעסן, וועלן מיר קיינמאל נישט קענען זוכה זיין אז עס זאל הערשן א בושה צו ארומשיקן אזא סארט ווידעא.

מיט אונזער ציל צו שאפן אויפמערקזאמקייט אז אזא ווידעא זאל ווערן ווייניגער גאנגבאר, קענען מיר שטאלצירן, און זאגן מיט א פולע מויל, אז מיט סיעתא דשמיא זענען הונדערטער טויזענטער מענטשן געווארן גערירט פון די נאכאנאנדע ארטיקלען און אנדערע אקטיוויטעטן, עס האט געברענגט אן אויפוואכונג און שטורעם ווי קיינמאל בעפאר, עס איז געווארן דער געשפרעך ביי כלל ישראל אומעטום ווען איבעראל הערט זיך איין אדער צוויי שטימעס וואס קענען אליינס דערציילן וויאזוי זיי זענען דורכגעגאנגען אזאנע אינצידענטן, און קענען זיך נישט גענוג באדאנקען אז עטליכע אריינשפרינגער מאכן גערודער אין די טעמע.

מען זעט ב”ה ווייניגער פון די סארט ווידעאס, און מענטשן נעמען דאס מיט א מורא’דיגער ערנסטקייט ב”ה, הונדערטער צו טויזענטער אידן האבן זיך אנגעשלאסן מיט די סטיקער באוועגונג, מיר האבן באקומען בילדער פון איבער די גאנצע וועלט, פון לאנדאן ביז קאנאדע, פון ארץ ישראל ביז ניו-יארק, מענטשן האבן געקלעבט די סטיקערס אויף זייערע קארן, הויז טויערן, תפלין בייטלעך און ספרים שענק, מען האט דאס מיט שטאלץ ארויפגעקלעבט, און זיך אנגענומען פאר מענטשן וואס ליידן פון די ווידעאס וואס פארן ארום.

די מוצאי שבת האט א געוויסע גרעסערע אקאונט געשטעלט די ווידעא וואס האט געשאפן די גאנצע שטורעם, און איבער 30 מענטשן האבן קאמענטירט ער זאל דאס אויסמעקן, און אז ער זאל זיך שעמען דערמיט, די פאוסט האט געצויגן אזא שטורעם, און מענטשן האבן געהאלטן אין איין באריכטן די פאוסט פאר די אינסטעגראם פלאטפארמע, ווילאנג די אקאונט אייגנטומער האט געזען וואס ער האט דא אנגעמאכט און ער האט אויסגעמעקט.

פאר די קאמפיין עסקנים האט דאס געצייגט ווי ערנסט דער עולם נעמט אויף די מערכה, און מיר האבן אפילו מורא געהאט אז אנדערע אקאונטס וועלן גליסטן אויף די טרעפיק און אויך זיין זיס, און שטעלן די ווידעא, דארט האבן מיר זיך אבער ווייטער גענומען פאר די אויגן, אז אונזער מיסיע איז נישט צו סאבאטאדזשירן, סעקירן, אדער טרוילן עמיצער וואס לייגט אזא ווידעא, ווייל מיר זענען נישט די וועלט’ס פארזארגער אדער דעם באשעפער’ס פאליציאנטן, און אונזער מיסיע איז איין זאך, נעמליך מעורר זיין מענטשן, צייגן סימפאטיע צו די קרבנות, און האפנטליך עטוואס אפשטילן די מגיפה פון ווירטואלע רציחה און בלוט פארגיסעריי.


בילדער: ארום 30 מענטשן האבן פארדאמט אן אקאונט וואס האט געשטעלט א ווידעא וואס טשעפעט א מענטש, כאפט א בליק אויף טייל פון די קאמענטארן


אדאנק אייך כלל ישראל פארן פארשטיין וואס ס’איז ריכטיג צו טון

אדאנק אייך כלל ישראל פארן פארשטיין וואס ס’איז ריכטיג צו טון

אדאנק אייך כלל ישראל פארן פארשטיין וואס ס’איז ריכטיג צו טון

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.