ניו יארק – דער פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס, האט נעכטן געגעבן א רעדע אינעם יו-ען סעקיוריטי קאונסיל, וואו ער האט ארויסגעשטעלט א נייעם פלאן פאר שלום צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל. זיין רעדע איז באצייכנט געווארן דורך עקספערטן אלס גאר מעסיג, וואס דאס זעט מען זעלטן אין די לעצטערע מאנאטן מיט די פארשארפטע אנגעצויגנקייטן.
אבאס וויל אז ס’זאל פארקומען א שלום קאנפערענץ מיט דער באטייליגונג פון ביידע זייטן, אבער אויך אינאיינעם מיט די פערמאנענטע סעקיוריטי קאונסיל מיטגלידער: אמעריקע, רוסלאנד, כינע, פראנקרייך און ענגלאנד, און עטליכע אנדערע אראבישע לענדער און מערב וועלט לענדער. ער וויל אבער נישט אז אמעריקע זאל שפילן א פירנדע ראלע אין אימפלעמענטירן שלום.
אבאס’ פלאן רופט צו גרינדן א באזונדער פאלעסטינער לאנד, באזירט אויף די גרעניץ-ליניעס וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן אין יאר 967′. פאלעסטינע וועט אנערקענען אין מדינת ישראל, און מדינת ישראל וועט אנערקענען אין פאלעסטינע, און אלס טייל פונעם שלום אפמאך, וועט פאלעסטינע אויטאמאטיש באקומען פולע יו-ען מיטגלידערשאפט.
אויך האט אבאס געזאגט, אז אין לויף פון די מאנאטן, צי יארן, וואס די געשפרעכן גייען אן, וועלן ביידע זייטן זיך צוריקהאלטן פון טאן סיי וועלכע שריט אויף דער אייגענער האנט. דאס הייסט אז מדינת ישראל זאל אפשטעלן סיי וועלכע בוי פראיעקטן אין די מתנחלי’שע ישובים, און די פאלעסטינער אויטאריטעטן וועט אפשטעלן אירע אנטי-איזראעלי אקטיוויטעטן.
עס איז געווען מערקווירדיג אז פרעזידענט טראמפ האט געשיקט זיינע צוויי העכסטראנגיקע מיטל מזרח ראטגעבער, דזשעראד קושנער און דזשעיסאן גרינבלאט, אנטיילצונעמען ביי דער רעדע – וואו אבאס האט געזאגט אז אמעריקע מוז צוריקציען פונעם אמבאסאדע באשלוס. יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי האט געגעבן א רעדע נאך אבאס, און געזאגט אז אמעריקע איז גרייט אנצופירן די געשפרעכן.