א שיסעריי איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם פרייטאג צונאכטס אין אטלאנטא, ווען א דעליווערי מאן פון די “אובער פירמע” וואס ספעציאליזירט זיך אין דעליווערן מאכלים פון די לאקאלע רעסטוראנטן, האט געשאסן א קליענט נאכן אים דעליווערן די עסן וואס ער האט באשטעלט.
ראיען טאראנטא איז געשאסן געווארן נאכדעם וואס ער האט באשטעלט זיין עסן, אויף די אובער עפפ פון זיין סמארטפאון, און איז דערנאך אראפגעגאנגען אפווארטן דעם דרייווער. ווען דער דרייווער איז אנגעקומען האט ער אפגענומען די עסן וואס ער האט באשטעלט, און האט אנגעהויבן צוריקצוגיין צו זיין הויז, ווען אינצווישן איז פארגעקומען א ווערטער אויסטויש צווישן אים און ראבערט ביווען דער דעליווערי מאן, וואס ווי ס’שיינט איז די שמועס נישט געווען די געשמאקסטע שמועס, און דער דעליווערי מאן האט ארויסגענומען א רעוואלווער און האט אנגעהויבן שיסן אויף דעם קאסטומער, פון וואס דער קאסטומער איז שווער פארוואונדעט געווארן, און איז שפעטער געשטארבן אין די “מאמעריאל גרענדי שפיטאל”.
די אובער פירמע איז ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט צו די פרעסע וואס ליינט זיך: מיר זענען שאקירט וואס האט פאסירט, און מיר ארבעטן צוזאמען מיט די אטלאנטע פאליציי צו דערגיין די מאטיוון פון דעם פארברעכער.
דער אובער דעליווערי מאן האט דורכגעפירט דעם שיסעריי, נישט ארבעטנדיג מער ווי א וואך אין די פירמע.