פאליטישע נייעס און ארטיקלען

בערני סענדערס באשולדיגט קלינטאן

וואשינגטאן — דער ליבעראלער סענאטאר בערני סענדערס, וועלכער איז געלאפן אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס קעגן פרוי קלינטאן, האט נעכטן געגעבן אנצוהערן, אז ער האלט אז קלינטאן איז שולדיג איבער דעם אז די רוסן האבן געקענט אזויפיל זיך אריינמישן אין די וואלן און דורכפירן העקערייען און פראפאגאנדע–קאמפיינס אויפ’ן אינטערנעט. סענדערס האט געגעבן אן אינטערוויו פאר א לאקאלע צייטונג אין זיין היימסטעיט ווערמאנט, וואו ער האט געזאגט אז ער וואונדערט זיך, פארוואס קלינטאן איז נישט ארויסגעקומען מיט אלע אינפארמאציע וואס זי האט געוואוסט איבער די רוסישע העקערייען אויף אירע אימעילס, און דאס דערציילט פאר’ן פובליק, כדי מען זאל זיין מער געווארנט נישט אפצוקויפן פראפאגאנדע דורכ’ן אינטערנעט און זיך וויסן צו היטן פון העקערייען.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.