פון אלץ און אלעמען

עפל, נישט ערשטע מיט “5-דזשי”

קאליפאריע – א טעכנאלאגיע אנאליז אין “עקסיאס” דערציילט, אז עס קומט פאר א העפטיגער פארמעסט צווישן די פיר גרעסטע ווייערלעס טעלעקאמיוניקאציע פירמעס אין אמעריקע, נעמליך ווערייזאן, ספרינט, עי-טי-ענד-טי און טי-מאביל, איבער ווער עס וועט שנעלער צושטעלן די גאר שנעלע “5-דזשי” קאנעקשאן, וואס איז דערווייל נאכנישט דא צו באקומען. דער אנאליז ברענגט ארויס, אז אפגעזען וועלכע פון די 4 פירמעס עס וועט עס באווייזן דאס ערשטע, וועלן מענטשן וואס נוצן “עפל” סמארטפאונס, ווארשיינליך נישט אזוי שנעל געניסן דערפון, סיי ווייל “עפל” איז באקאנט מיט אירע שוואכע-באטעריע פראבלעמען און “5-דזשי” וועט עסן נאכמער און נאך-שנעלער די באטעריע פון די פאונס, און דעריבער וועט עפל עס נישט וועלן טאן, בעפאר זי מאכט איבער אירע באטעריעס, און סיי ווייל צוצושטעלן “5-דזשי” וועט עפל דארפן עפענען מער פון אירע טעכנאלאגישע סודות פאר אנדערע פירמעס, וואס עפל איז זייער שטרענג דערמיט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.