טעקסאס – גאר שווערע און טויטליכע וועטערס האבן זיך אראפגעלאזט אויף פילע סטעיטס אין “צענטראל פאראייניגטע שטאטן” ראיאן, ברענגענדיג רעגן שטורעמס, טארנעידאס און שווערע פארפלייצונגען, און קאסטנדיג אמווייניגסטנס פינף לעבנס. די שווערע וועטערס האבן זיך געצויגן פון טעקסאס, וועלכע ערהוילט זיך נאך פונעם שווערן האריקעין הארווי פון פארלאפענעם ענדע-זומער, און ארויף צו די העכערע סטעיטס, ביז צו די קאנאדישע פראווינצן וועלכע זענען נאענט צו אמעריקאנער וואסערן. צווישן די פינף פאטאליטעטן, איז געווען דאס וואס מ’האט געפונען א נישט-לעבעדיגן מאן אין פארפלייצונג וואסערן אין מישיגען, און אין קענטאקע, וואו דריי זענען אומגעקומען ווען זייער אויטא איז פארכאפט געווארן אין א פארפלייצטער גאס. דער ניו יארק ראיאן איז אויך דערווארט צו ליידן פון די שווערע וועטערס אין די קומענדיגע טעג.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.