ניו יארק – דער געוואגטער טורמע אנטלויף פון דער קלינטאן טורמע אין דענעמארע, ניו יארק אין זומער יאר 15′, האט געהאלטן פארכאפט גאנץ ניו יארק און דאס גאנצע לאנד אין גרויס דראמא, און אצינד ווערט פובליצירט א בוך איבער דער גאנצער דראמא, מיט א פערזענליכע פערספעקטיוו פון דעיוויד סוועט, וועלכער האט איבערגעלעבט דעם אנטלויף און ער דערציילט אצינד וויאזוי זיי האבן עס פלאנירט און וואס ער האט געטאן אין לויף פון די וואכן אויף דער פריי.
די צוויי ארעסטאנטן דעיוויד סוועט און ריטשארד מעט זענען אנטלאפן פון דער טורמע דורכ’ן אויפשניידן ווענטילאציע רערן, און נאך 3 וואכן אויף דער פריי, איז מעט געשאסן און אומגעברענגט געווארן, און סוועט איז עטליכע טעג שפעטער געכאפט געווארן. סוועט זאגט אז עס האט זיי געדויערט 85 טעג דורכצושניידן די ווענטילאציע רערן, שניידנדיג אן אינטש פער שטונדע, און ווען זייער ארבעט איז געווען פארטיג, האבן זיי אינאיינעם פאררויכערט א ציגאר אין זייער צעל, בעפאר’ן דורכפירן דעם פאקטישן אנטלויף.