ניו יארק – ווארען באפעט, דער ביליאנערסקער ביזנעסמאן און אינוועסטירער, האט ארויסגעגעבן זיין יערליכן בריוו צו זיינע אלע אינוועסטירער אין זיין “בערקשייער העטעוועי” פירמע, און ער שרייבט דארטן אז זיין פירמע האט פארדינט 29 ביליאן דאלאר אין יאר 17′ אלס רעזולטאט פונעם רעפובליקאנער שטייער רעפארם ביל. אינעם בריוו שרייבט באפעט אז אלעס אינאיינעם האט בערקשייער פארדינט אין יאר 17′ 65.3 ביליאן דאלאר, אבער בלויז 36 ביליאן איז געווען פארדינסטן פון די ביזנעס אפעראציעס, און די איבריגע 29 ביליאן איז געקומען פון וואס די פירמע האט זיך געשפארט אין מאסיווע שטייער צאלונגען א דאנק שטייער רעפארם. צווישן די אנדערע הויכפונקטן אינעם בריוו, שרייבט באפעט אז ער האלט אז ס’לוינט זיך נאך אלץ מער צו אינוועסטירן אין סטאקס ווי איידער אין אמעריקאנער רעגירונג “באנדס”, אפילו סטאקס זענען מער ריזיקאליש.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
אייקיע וועט עפענען 30 נייע געשעפטן אין די קומענדיגע...
וויין באטל פארקויפט זיך פאר א רעקארד סומע פון 558,000
צענטראלע באנק אין ארגענטינע העכערט ריבית צו 60 פראצענט
קויפט א קאנדא און קריגט א יאכט
וואל סטריט וואקלט זיך שטארק
ביזנעסער בלאקירן גאן אינדוסטריע
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.