אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פאטאליטעטן אין ענגלאנד אויפרייס

לאנדאן – נעכטן איז באשטעטיגט געווארן, אז פינף מענטשן זענען אומגעקומען פון א מאסיוון אויפרייס וואס האט פאסירט זונטאג אין דער בריטישער שטאט לייקעסטער. דער אויפרייס האט פאסירט זונטאג אינמיטן טאג אין א געשעפט, און ארומיגע איינוואוינער האבן געשילדערט אז עס האט זיך ממש געהערט ווי א באמבע אויפרייס אדער א מאסיווע ערדציטערניש. א גאנצע געביידע איז פלאך געווארן פונעם אויפרייס, און נעכטן האט מען געהערט אז דער אויפרייס האט געקאסט פינף לעבנס, און אויסער דעם זענען פינף מענטשן אין שפיטאל, איינער פון זיי אין א קריטישן צושטאנד. עס זענען געווען פארדאכטן אז דער אויפרייס האט א שייכות מיט טעראר, אבער די פאליציי האבן געלייקנט און געזאגט אז דערווייל זענען נישטא קיין באווייזן צו שטיצן די טעאריע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.