אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סלאוואקיי שאקירט פון זשורנאליסט מארד

בראטיסלאווא – דער מארד פון א זשורנאליסט און זיין פרוי אין סלאוואקיי, האט געברענגט א נאציאנאלן שטורעם, און פרעמיער מיניסטער ראבערט פיקא האט פאררופן אן עמורדזשענסי זיצונג מיט די העכסטע נאציאנאלע זיכערהייט באאמטע. דער זשורנאליסט יאן קוסיאק האט געהאלטן אינמיטן אויספארשן טיפע קארופציע אינערהאלב דער סלאוואקישער רעגירונג, און עס ווערט פארדעכטיגט אז ער האט אנגעהויבן צו דערגיין באווייזן און אינפארמאציע וואס פארשידענע הויכראנגיקע באאמטע האבן נישט געוואלט עס זאל ארויסקומען אין פובליק, און זיי האבן דעריבער פארארדענט אן אטענטאט אויף קוסיאק. “אקטשואליטי”, דער צייטונג פאר וועמען קוסיאק האט געארבעט, זאגט אז אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז קוסיאק איז טאקע דערמארדעט געווארן אין פארבינדונג מיט זיינע זשורנאליסטישע ווערק, וועלן זיי אין זיין עהרע דאפלען זייערע אנטי-קארופציע אויספארשונגען.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.