וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט, אז סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן איז נישט צופרידן, מיט’ן פאקט אז דזשעראד קושנער האט קאנטראל אויף אמעריקע׳ס פאליסיס איבער מיטל מזרח, מעקסיקא און כינע. טילערסאן האט זיך באקלאגט איבער קושנער, צום ווייסן הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי, און אויסער דעם האט ער זיך אויך אפגערעדט אז יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי און טראמפ׳ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער עיטש אר מעקמעסטער, נעמען אויך אוועק פאראנטווארטליכקייטן און פונקציעס פון אים. “עס קענען נישט זיין פיר סעקרעטעריס אוו סטעיט”, האט טילערסאן געזאגט פאר שטאב הויפט קעלי, לויט א ווייסן הויז קוואל. דער באריכט לויטעט אז קעלי האט איבערגעגעבן פאר קושנער טילערסאן’ס טענות, און עס האט גאנץ ווייניג געשמעקט פאר קושנער דאס צו הערן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.