לאקאל און נאציאנאל

קלאגע איבער “צענטראל פארק” בוים

מאנהעטן – א פרוי וועלכע איז פארוואונדעט געווארן פון אן אראפגעפאלענעם בוים אין צענטראל פארק, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער סיטי. די פרוי האט געליטן וואונדן אויף דער שדרה, ווען דער בוים איז אראפגעפאלן בשעת זי האט שפאצירט אין צענטראל פארק מיט אירע דריי קינדער, און אירע קינדער האבן וואונדערליך אויסגעמיטן סיי וועלכע וואונדן. די פרוי פארלאנגט 200 מיליאן דאלאר פון דער סיטי, זאגנדיג אז דער בוים איז געווען אלט און פארנאכלעסיגט, טראץ וואס מ’האט קלאר געקענט זען אז ס’איז שוין אפגעטרוקנט און מ’מוז עס אראפשניידן. נעכטן אין אן אינטערוויו האט די פרוי געזאגט, אז איר אנקלאגע צילט אויך צו ברענגען מער אויפמערקזאמקייט איבער אלטע אפגעטרוקענטע ביימער, וואס די סיטי מוז אפשניידן, ווייל אז נישט, שטעלט דאס אנדערע מענטשן אין געפאר.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.