פון אלץ און אלעמען

באואינג וועט צושטעלן נייע “עירפארס וואן”

וואשינגטאן – די אמעריקאנער אוויאציע פירמע “באואינג” וועט צושטעלן צוויי נייע פליגערס פאר’ן “עירפארס וואן” פלאטע פון פרעזידענטליכע פליגערס. די מעלדונג איז נעכטן געמאכט געווארן דורכ’ן ווייסן הויז, וועלכע האט געזאגט אז טראמפ האט געפירט געשפרעכן מיט באואינג, און איז געקומען צו א דיעל אז די פעדעראלע רעגירונג וועט באצאלן 3.9 ביליאן דאלאר פאר די צוויי נייע פליגערס, וואס דאס איז אביסל ביליגער ווי די אריגינעלע פרייז פון אביסל מער ווי 4 ביליאן דאלאר וואס באואינג האט אריגינעל פארלאנגט פון דער פעדעראלער רעגירונג צו קענען צושטעלן די צוויי פליגערס. טראמפ האט בעפאר’ן ווערן איינגעשוואוירן טאקע קריטיקירט דעם הויכן פרייז וואס באואינג האט ארויסגעשטעלט, און האט פארשפראכן עס צו נידערן, און אצינד האט ער עס עררייכט סוקסעספול.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.