קאליפארניע – “אפענהיימער”, א פירנדע באנק אויף וואל סטריט, האט גענידערט איר שאצונג פאר די ווערד פון וואלמארט סטאקס, אנצייגנדיג אויף שוואכע רעזולטאטן אין וואלמארט’ס קאמף זיך צו דערכאפן פון עמעזאן אין אנליין ריטעיל. וואלמארט האט אין יאר 17′ פארדינט 485 ביליאן דאלאר, וואס איז טאקע מיט 3.1 פראצענט מער ווי א יאר פריער, אבער בלויז 11.5 ביליאן דערפון איז געווען פון אנליין פארקויפונגען, וואס קומט אויס א נישטיגע 1.9 פראצענט פון די גאנצע אמעריקאנער אנליין קאמערץ מארקעט וועלכע באטרעפט די אסטראנאמישע סומע פון 606 ביליאן דאלאר. אין דער זעלבער צייט האט עמעזאן געהאט 219 ביליאן דאלאר אין אנליין סעילס אין יאר 17′, וואס קומט אויס אזויפיל ווי 36.2 פראצענט פון די גאנצע אמעריקאנער אנליין קאמערץ מארקעט. וואל סטריט אינוועסטירער זעען איין מער און מער, אז וואלמארט’ס פרואוו צו קאנקורירן מיט עמעזאן אנליין, איז דערווייל א דורכפאל.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
אייקיע וועט עפענען 30 נייע געשעפטן אין די קומענדיגע...
וויין באטל פארקויפט זיך פאר א רעקארד סומע פון 558,000
צענטראלע באנק אין ארגענטינע העכערט ריבית צו 60 פראצענט
קויפט א קאנדא און קריגט א יאכט
וואל סטריט וואקלט זיך שטארק
ביזנעסער בלאקירן גאן אינדוסטריע
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.