אריזאנע – צוויי גנבים וועלכע זענען אנטלאפן פון די פאליציי, זענען באשיינפערליך אריינגעפאלן אינעם נעץ פון די פאליציי. דער אינצידענט האט פאסירט אין פיניקס, אריזאנע, וואו צוויי פארשוינען זענען אריינגעקומען אין א לאקאלער גאז סטאנציע און האבן אפגעטראגן מיט עטליכע פראדוקטן. דער געשעפטסמאן האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן אנגעהויבן נאכיאגן די צוויי גנבים צופיס, דורכאויס עטליכע קליינע און שמאלע געסלעך. די גנבים זענען געלאפן פארסאפעטערהייט, ביז זענען אנגעקומען צו א הויכן צוים, און נישט קוקנדיג צוויי מאל, זענען זיי ארויפגעקראכן און אריבערגעשפרונגען דעם צוים. נאר צו זייער אנטוישנדער איבערראשונג, האבן זיי דערזען ווי זיי זענען אריינגעשפרונגען אינעם פארקינג לאט פון דער לאקאלער פאליציי סטאנציע. איבריג צו זאגן אז זיי זענען פרידליך ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.