וואשינגטאן – א “וואשינגטאן פאוסט” ארטיקל ברענגט נאך קאמענטארן פון גאר נאענטע ראטגעבער און פריינט פון פרעזידענט טראמפ, וועלכע זאגן אז דער פרעזידענט איז אין די לעצטערע טעג “אומקאנטראלירבאר” און איז “איזאלירט און איז נאענט צו א צוזאמבראך”. טראמפ’ס אנאנימע פריינט דערציילן פאר’ן פאוסט אז זיי זענען ערנסט באזארגט איבער זיין גייסטישן געזונט-צושטאנד, און האלטן אז דאס וואס ער איז אזוי אבסעסירט מיט דער מידיא’ס דעקונג פון זיין פרעזידענטשאפט, קאסט אים שטיקער געזונט. דער ארטיקל ברענגט אויך פון הונטער די קויליסן, אז טראמפ האט ממש זיך נישט געקענט בארואיגן זיין כעס פארגאנגענעם מיטוואך, ווען די מידיא האט געדעקט בילדער וויאזוי אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט געהאט נאכטמאל מיט דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג.
עס דאכט זיך מיר, אז ס’וואלט געווען ריכטיק צו ברענגען א באריכט וועגן וואס עס קומט פאר מיטן ישראלדיקער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו, וועלכער געפינט זיך אין געהאקטע צרות, צוליב פארשונגען אין פארדעכטיקונגען אין קארופציה.
נעכטן איז אפגעשליסן געווארן אן אפמאך פון עד המלך מיט זיין נאענטן און לאנג יאריקער העלפער ניר חפץ. ער איז שוין דער דריטער עד המלך אנטקעגן נתניהו.
לויט ווי עס זעט אויס אין די ישראלדיקע פרעסע, דארף נתניהו גרויס רחמי שמים כדי אריבערצוקומען בשלום זיין בראך.