ניו יארק סיטי – אמווייניגסטנס צוויי זענען אומגעקומען, ווען א טוריזם העליקאפטער האט אראפגעקראכט אינעם “איסט ריווער” טייך אין ניו יארק סיטי נעכטן פארנאכטס. עריק פיליפס, א ווארטזאגער פאר מעיאר ביל דעבלאזיא, האט באשטעטיגט דעם ציפער פון די פאטאליטעטן, און ניו יארק סיטי פייער באאמטע האבן געזאגט, אז דערווייל ווי עס זעט אויס, האט זיך געמאכט עפעס א מעכאנישער פראבלעם מיט’ן העליקאפטער, און דער פילאט האט פרובירט צו לאנדן רואיג אינעם וואסער, אבער אנשטאט דעם האט ער ווילד אראפגעקראכט. דער העליקאפטער האט שנעל זיך גענומען זינקען אין וואסער אריין, אבער דער פילאט האט באוויזן ארויסצושפרינגען פונעם העליקאפטער און ער איז געברענגט געווארן צו טרוקעניש דורך פייער-רעטער. די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע האט געעפנט אן אויספארשונג.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.