ניו יארק – דער “וואל סטריט זשורנאל” באריכטעט, אז לאיד בלענקפיין, וועלכער האט געדינט אלס הויפט עקזעקוטיוו פון “גאלדמאן סאקס”, וועט אפטרעטן ענדע היי יאר פון זיין פאזיציע, ברענגענדיג צו אן ענדע זיינע צוועלף יאר אלס פירער פונעם איינפלוסרייכן און וויכטיגן באנק. בלענקפיין, 63 יאר אלט, ארבעט שוין פאר “גאלדמאן סאקס” 36 יאר, און ער האט איבערגענומען די פאזיציע אלס הויפט עקזעקוטיוו אין יאר 06′, ווען דער ביז דעמאלטדיגער הויפט עקזעקוטיוו הענק פאלסאון איז גענומען געווארן דורך פרעזידענט בוש צו דינען אלס טרעזשורי סעקרעטאר. בלענקפיין’ס דינען אלס הויפט עקזעקוטיוו פאר צוועלף יאר, באדייט אז ער איז איינס פון די לענגסט-דינענדיגע אויף דער סארט פאזיציע אין היסטאריע פון וואל סטריט, און וואל סטריט אנאליסטן באטראכטן זיין רעטייערמענט אלס אן ענדע פון אן עפאכע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
אייקיע וועט עפענען 30 נייע געשעפטן אין די קומענדיגע...
וויין באטל פארקויפט זיך פאר א רעקארד סומע פון 558,000
צענטראלע באנק אין ארגענטינע העכערט ריבית צו 60 פראצענט
קויפט א קאנדא און קריגט א יאכט
וואל סטריט וואקלט זיך שטארק
ביזנעסער בלאקירן גאן אינדוסטריע
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.