אוסטין – לאקאלע פאליציי אין אוסטין, טעקסאס זאגן, אז זיי פארשן אויס דריי באזונדערע פעקלעך-באמבעס וועלכע האבן אויפגעריסן אין די לעצטע פאר טעג, אומברענגענדיג צוויי און פארוואונדענדיג דריי. דער ערשטער פאל האט פאסירט אנדערהאלבן וואך צוריק, ווען אן איינוואוינער האט געעפנט א פעקל וואס האט עקספלאדירט אין זיין געזיכט און ער איז גלייך אומגעקומען. די צוויי אנדערע פעלער האבן פאסירט נעכטן אינדערפרי, אויף אן ענליכן פארנעם. די עף-בי-איי איז אריינגערופן געווארן, און איינוואוינער האבן באקומען א ווארענונג נישט צו עפענען קיין שום פעקלעך אדער פאסט וואס זעט אויס צו זיין פארדעכטיגט. אויספארשער זאגן אז אלע 3 פעלער זענען פארבינדן, און ס’איז מעגליך א סעריע פון ראסע אטאקעס, וויבאלד אלע געצילטע זענען שווארצע אדער ספאנישע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.