וואשינגטאן – קאנגרעס האט נעכטן געעפנט אן אויספארשונג, איבער קארופציע אינערהאלב די יוטיליטי און עלעקטעריציטעט אויטאריטעט אינעם אמעריקאנער טעריטאריע פארטא ריקא. זינט האריקעין מאריא האט פאראורזאכט שרעקליכע חורבנות פאר די 3.4 מיליאן איינוואוינער אין פארטא ריקא, האט די “פארטא ריקא עלעקטעריק פאוער אויטאריטי” נאכנישט צוריקגעשטעלט קיין עלעקטער פאר אלע איינוואוינער, און עס זענען יעצט דא נאך ארום 13 פראצענט וואס האבן נישט קיין עלעקטער. די קאנגרעסיאנאלע “נאטורליכע רעסורסעס” קאמיטע האט געעפנט אן אויספארשונג, צי די פארלאנגזאמטע און פארנאכלעסיגטע ארבעט האט עפעס שייכות מיט קארופציע, נאכדעם וואס באריכטן האבן געצייגט אז ארבעטער אינערהאלב דער יוטיליטי אויטאריטעט, האבן אקצעפטירט שוחד געלטער פון פריוואטע ביזנעסער, צו קומען רעסטאוורירן זייער עלעקטער, און אין דער זעלבער צייט פארנאכלעסיגן די עלעקטער פון פשוט’ע איינוואוינער.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.