ניו יארק סיטי – פעדעראלע אויספארשער פון די נאציאנאלע טראנספארטאציע סעיפטי באורד האבן נעכטן געזאגט, אז זיי ווילן פערזענליך אויספארשן דעם פילאט וועלכער האט געפירט דעם העליקאפטער, וועלכע האט אריינגעקראכט אינעם איסט ריווער, מיט 5 פאטאליטעטן. דער פילאט איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ריטשארד ווענס, און ווי קוועלער געבן איבער, האט א בענדל פון א פאסאזשיר’ס זעקל געגעבן א שלעפ א קנעפל וועלכע האט פאראורזאכט ערנסטע מעכאנישע פראבלעמען פאר’ן העליקאפטער. דער פילאט האט געקלערט צו לאנדן אין “צענטראל פארק”, אבער ער האט געוואלט אויסמיידן מענטשן, האט ער דעריבער באשלאסן צו לאנדן אינעם וואסער, האפנדיג אז דער העליקאפטער וועט בלייבן שטיין גלייך און אלע וועלן קענען ארויסגיין. למעשה איז נאר דער פילאט ארויסגעקומען לעבעדיג, און עקספערטן זאגן אז די פאסאזשירן זענען געווען אזוי שטארק צוגעבונדן פאר זיכערהייט אורזאכן, אז דאס האט געפירט צו שוועריקייטן זיך ארויסצוכאפן פונעם געזונקענעם העליקאפטער, און זיי זענען נעבעך אלע אומגעקומען.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.