קאנעטיקוט – די פירערשאפט פון דעם גרויסן אינטערנאציאנאלן שפילצייג געשעפטן נעץ “טויס אר אס”, האט נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן גענצליך אפשפארן אלע זייערע אכט הונדערט געשעפטן, וואס זיי פארמאגן לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן, און בערך נאך ארום הונדערט געשעפטן וואס זיי פארמאגן אין אייראפע. אויסער דעם וואס ס’איז א סימבאלישע ענדע צו אן עפאכע פון די ביז-היינט-בארימטע שפילצייג געשעפטן, וועט עס אויך אפקאסטן 33 טויזנט אמעריקאנער דזשאבס, וועלכע וועלן געשניטן ווערן צוליב וואס די הונדערטער געשעפטן פארשליסן זיך. אנאליסטן זאגן אז דער פאקט אז מענטשן קויפן אויף “עמעזאן” שפילצייג, האט געשפילט א גרויסע ראלע, אבער עס האט אויך געשפילט א ראלע דאס וואס “טויס אר אס” האט זיך דערזען אז זי קען נישט באצאלן די 6.6 ביליאן דאלאר פאר אירע פארבארגער, וועלכע האבן איר געבארגט דאס געלט אין 05′.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.