וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע האבן נעכטן געמאלדן, אז פרעזידענט טראמפ וועט נעמען לערי קאדלאו אלס דער נייער ווייסע הויז עקאנאמישע ראטגעבער, וואס קאדלאו וועט ערזעצן גערי קאהן וועלכער האט פארגאנגענע וואך רעזיגנירט פון אמט. קאדלאו איז באקאנט איבער’ן לאנד אלס א קאנסערוואטיווער עקאנאמיסט און קאמענטאטאר איבער עקאנאמישע אנגעלעגנהייטן אויף פארשידענע נייעס סטאנציעס. ער איז זיבעציג יאר אלט און האט שוין ערפארונג מיט’ן ארבעטן אין וואשינגטאן, האבנדיג געדינט אלס נאענטער עקאנאמישער ראטגעבער פאר’ן געוועזענעם רעפובליקאנער פרעזידענט ראנאלד רעיגען. קאדלאו האט אויך געהאלפן פרעזידענט טראמפ צו פארמירן זיינע עקאנאמישע פאליסיס אין לויף פונעם 16′ קאמפיין.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.