וואשינגטאן – די “עירליינס פאר אמעריקע” גרופע האט נעכטן ארויסגעגעבן א פאראויסשאצונג, זאגנדיג אז אין לויף פונעם בעפארשטייענדיגן פרילינג סעזאן, וועלן אזויפיל ווי 151 מיליאן אמעריקאנער בירגער פליען מיט פליגערס צו פארשידענע דעסטינאציעס – וואס דאס וועט זיין די סאמע גרעסטע ציפער רייזנדע אין סיי וועלכן פרילינג סעזאן אין היסטאריע. אויב מ’נעמט דעם ציפער פון 151 מיליאן פאסאזשירן און מען צעטיילט דאס אין דורכשניט וויפיל פרילינג טעג עס זענען דא, קומט עס אויס אז 2.47 מיליאן פאסאזשירן וועלן טעגליך פליען אין אמעריקאנער לופטפעלדער אין לויף פונעם פרילינג סעזאן, וואס דאס איז מיט 94 טויזנט פאסאזשירן מער ווי עס פליען א געווענליכן טאג. די דערמאנטע גרופע זאגט, אז דעריבער זאל מען דערווארטן שווערע פראבלעמען, אנשטויסענישן און לאנגע שורות אין די לופטפעלדער, און מ’זאל זיך מאכן איבריג צייט און אנקומען גאר פרי.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
איינמאל פאר אלעמאל: וואס הייסט חילול השם?
די גרעסטע פליגער הייבט זיך דאס ערשטער מאל
א’ תזריע ע”ט – פארוואס שרייסטו...
עקסידענט מיט טראק וואס דעליווערט ביר,
האדמו”ר ממונקאטש שליט”א ביים ציון פון דער...
גרויס איז קליין און קליין איז גרויס, הר”ר אברהם...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.