אינדיאנא – פעדעראלע פראקורארן אין אינדיאנא האבן ארויסגעשטעלט קלאגעס קעגן פיר פארשוינען, וועלכע ווערן באשולדיגט אז זיי האבן גערויבט 125 טויזנט דאלאר, בשעת’ן אנפירן מיט צוויי פאלשע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס פאר אמעריקאנער מיליטערישע וועטעראנען. לויט די אפיציעלע געריכט דאקומענטן וואס די פראקורארן האבן ארויסגעשטעלט, האבן די פיר פארשוינען, ווערנדיג אנגעפירט דורך דזשעימס לינוויעל, באוויזן איבערצוצייגן העכער טויזנט מענטשן און ביזנעסער, צו ביישטייערן צו די “וואונדעד וואריער פאונד” און די “וואונדעד וואריער פאונדעישאן”. ביישטייערער האבן געמיינט אז זיי געבן געלט פאר די בארימטע און לעגיטימע “וואונדעד וואריער פראדזשעקט”, אבער האבן עכט געגעבן די געלטער פאר די 2 פאלשע ארגאניזאציעס וואס די שווינדלער האבן אנגעפירט. די שווינדלער שטייען אויס 20 יאר טורמע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.