וואשינגטאן – פרישע באריכטן צייגן, אז פרעזידענט טראמפ’ס לויערס האבן אין די לעצטע טעג אפגעשיקט הויפענס דאקומענטן פאר’ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, מיט דער האפענונג אז מוללער וועט אזוי ארום מסכים זיין איינצוצוימען זיין פריוואטע אינטערוויו מיט טראמפ, און אויך צו ברענגען די גאנצע אויספארשונג צו א שנעלע ענדע.
לויט די באריכטן, האבן טראמפ’ס לויערס ספעציפיש אפגעשריבן עטליכע דעטאליזירטע רעפארטאזשן, וועלכע שילדערן פארשידענע מאמענטן פונעם טראמפ קאמפיין און טראמפ’ס פרעזידענטשאפט, וואס מוללער וויל האבן אינפארמאציע איבער יענע מאמענטן, און אזוי ארום ווילן זיי אז מוללער זאל נישט דארפן פרעגן טראמפ איבער די זאכן. דאס אלעס קומט אין א צייט וואס טראמפ האט זיך גענומען אטאקירן מוללער צום ערשטן מאל אין דער עפנטליכקייט.