וואשינגטאן – מיט דערלייכטערונג האט מען נעכטן געהערט, אז די פעדעראלע רעגירונג וועט צושטעלן די נויטיגע געלטער, אז די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע זאל נישט מוזן זיך גענצליך אפשפארן אין געציילטע וואכן ארום, נאר וועט קענען ווייטער אנגיין מיט אירע פונקציעס. די “עף-עי-עי” איז געקומען אונטער שטארקע קריטיק פון פילע קאנגרעסלייט און סענאטארן, וועלכע טענה’ן אז מען דארף גרונטליך רעפארמירן די אוויאציע אגענטור, און דעריבער האט זיך געשאפן אזוי, אז געצוימטע געלטער זענען באשטעטיגט געווארן פאר דער אגענטור, און עס איז געווען געסקעדזשועלט אויף מערץ 31 אז די אגענטור וועט אפלויפן פון געלט. למעשה האט קאנגרעס אריינגעלייגט פולע פאנדינג פאר די עף-עי-עי אין איר נייעם גרויסן 1.3 טריליאן דאלארדיגן בודזשעט, און די עף-עי-עי וועט קענען אנגיין אמווייניגסטנס ביז סעפטעמבער.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
איינמאל פאר אלעמאל: וואס הייסט חילול השם?
די גרעסטע פליגער הייבט זיך דאס ערשטער מאל
א’ תזריע ע”ט – פארוואס שרייסטו...
עקסידענט מיט טראק וואס דעליווערט ביר,
האדמו”ר ממונקאטש שליט”א ביים ציון פון דער...
גרויס איז קליין און קליין איז גרויס, הר”ר אברהם...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.