וואשינגטאן – ווייסע הויז קוועלער געבן איבער, אז פרעזידענט טראמפ האט אינערליך פארשפראכן אז ער וועט כאפן דעם שולדיגן פארשוין וועלכער גיט ארויס האקעלע דעטאלן און אינפארמאציע פון ווייסן הויז. זיין סטראשע איז געקומען נאכדעם וואס עס איז ארויסגערונען צום וואשינגטאן פאוסט אז טראמפ’ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער האבן אים געווארנט נישט צו גראטולירן פוטין פאר זיין וואל-געווינס, בעפאר א געסקעדזשועלטע געשפרעך מיט פוטין דינסטאג פארמיטאג – אבער טראמפ האט איגנארירט די אנווייזונג און יא גראטולירט פוטין. עס זענען בלויז פארהאן א געקליבענע צאל ווייסע הויז איינגעשטעלטע וועלכע האבן געזען די ווארענונג וואס טראמפ’ס ראטגעבער האבן געשריבן פאר אים, און טראמפ האט געזאגט אז ער וויל דערגיין ווער עס ליעקט ארויס אזעלכע האקעלע זאכן פאר די מידיא.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.