די וועלט פון מעלעריי איז זייער אינטערסאנט מיט פולע סארטן וועגן וויאזוי ארויסצוברענגען א געדאנק, סצענע, אדער סיי וואס.

מעלעריי איז א מאכטפולער כח באשטייענדיג פון אראפצייכענען א בילד מיט ליניעס, פון בליי אדער טינט.

דער אויבערשטער געבט דעם ספעציעלן טאלאנט פאר מענטשן און דאס שענקט זיי א פאך אין די הענט ברענגענדיג כבוד און געלט פאר די רעשט פון זייער לעבן.

מעלעריי איז ביי יעדעם באקאנט אלץ א זאך וואס מאכט די וועלט מער קאלירפול און רייך און ביי יעדעם קומט אויס צו הנאה האבן פון א שטיקל קונסט און פארעם פון א אפגעמאלן בילד.

עס באשטייט פון עטליכע ליניעס און פינטלעך געוואנדן לויטן מעלער וועלכע מאלט עס און ווי בעסער דער מעלער איז אלץ בעסער כאפט מען וואס מען דארף צו זעהן אינעם בילד.

די וועלט פון מאלעווען איז גרויסארטיג און דאס רעכנט אריין פארבן מיט טייערע פארב אדער אויל פארב, באקאנט אלץ פעינטינג’ס וואס דאס באצירן ווענט און געבן אריין א שטיק פראכט אינעם גאנצן אומקוק.

די קאפ פון א מעלער לויפט אנדערש ווי סתם מענטשן וועלכע קענען קוים קאנצענטרירן די מח אויף צו אראפלייגן א ליניע גראד אנעם הילף פון א “ראלער” נעמליך די הענט שאקלט זיך און וויפיל די וואס קענען נישט מאלן פרובירן מאלן ברענגט עס ארויף נאך וואונדער און רעספעקט צו די וואס קענען יא ווען זיי אנערקענען די גאר אינטערסאנטע חוש וואס ליגט אונטער מאלן.

פון א ווייסע פאפיר, צו אט דער אויגפארכאפנדע מעלעריי וואס קוקט אויס באלד עכט

מעלערייען זענען גאר באליבט ביי מענטשן און עס זענען דא מעלערייען קונסט שטיק וועלכע ווערן פארקויפט פאר ריזיגע מאיאנטעקן פון געלט.

די סיבה פארוואס עס איז אזוי אינטערסאנט און ווערט באוואונדערט ביי מענטשן, קען אפשר זיין דאס אז יעדע וואונדער וואס האט מיט נאטור איז באליבט ביי מענטשן און זיכער א נאטור וועלכע האט נישט מיט ערד, וואסער, און אזוי ווייטער נאר קימט ארויס פון א מענטשליכע מח…

דער טאלאנט פון מאלן איז עפעס וועלכע ווערט שוין גענוצט אין די היסטאריע פונעם וועלט באשאף און גייט צוריק מיט דורי דורות, אלע יארן, און ווערט גענוצט אין אונזער טאג טעגליכע לעבן.

א מעלער דארף האבן א פאפיר א פעדער און געווענליך רואיגקייט פון סיי וועלכע זאך עס קען פירן צו שטערן די קאנצענטראציע און דאס רעכנט אריין אפילו מוזיק וכו’ וועלכע העלפן געווענליך אינטערטעינען און האלטן רוהיג אבער ביים מאלן פעלט זיך אויס די מאקסימום שטילקייט אז אלעס זאל גיין כשורה.

דער מעלער שרייבט דער בס”ד פון אויבן ביים רעכטן זייט פון בלעטל… און הייבט אהן מיט א געוואלדיגע חכמה ציען די ערשטע ליניע מיטן פענסל אדער פען וואס דאס איז די פונדאמענט פונעם מעלעריי און פון זיינע הענט באוועגונגען הייבן זיך אהן אויספארעמען קארן און בנינים ווען נאך צוויי שעה אנטפלעקט זיך א אפגעשריבענע דמיון פון א לעבעדיגע סצענע אין א גאר פארנימענע שטאט אדער עפעס א הערליכן פאנאראמע פונעם זוהן אינטערגאנג געוואנדן אינעם פינקטליכן גיסטע פונעם מעלער, ביי זיין זייט ליגט א הויפן צעטלעך פון ווי ער נעמט כסדר פרישע ווען איין קליינע קנייטש פון א שפיץ געבט א פארפאר ארויס פון פלאן…

איינע פון די פולע חכמות וואס ליגן אונטער מאלן איז די קאטאגאריע פון “קאריקאטור” וואס דאס צו מסביר זיין איז מער פון שווער אבער אין קורצן נעמען א מענטש און מיט געציילטע צייכענעס אים נאכמאכן אבער מען לייגט אים אראפ מיט מאדנע טוישונגען ווי א לענגערע נאז און אויסגעצויגענע בויך וואס דאס ווייזט שוין אז דא מיינט מען נישט די טובה פון דעם פערזאן, די בילד ווערט באגלייט און אינטערגעשטראכן פון א הילכיגן שפאס לאזונג וועלכע מאכט דעם מענטש צונאר און שטעלט אים אוועק אלץ טיפש עצום…

קאריקאטורן זענען א ספעציעלע מעטאד וועלכע ווערן געניצט דורך צום ביישפיל פאליטישנ’ס און קאנדידאטן וואס לויפן און ווילן אריינגעבן צו די וויילער א שלעכטע אימעדזש אויף די קעגנער און אזוי ארום באזיגן דעם צווייטן.

איינער פון די ביכער געמאלן דורך דער אידישער קאריקאטוריסט “גדי פאללאק”, פון ארץ ישראל

די וועלט פון מעלעריי איז גרויס אבער איך וויל אדרעסירן קאריקאטוריסטן און זייער פאך אלזא וועל איך זיך אפשטעלן דא און אביסל פארברייטערן איבער דער גרעסטע אידישע קאריקאטוריסט וועלכע עפנט אויגן מיט ברייטע התפעלות און רוקט דער וועלט פון מאלן צו נייערע שטופעס מיט זיינע אומגלויבליכע בילדער וואס ער ערצייגט מיט זיינע גאט געבענטשטע הענט.

ביי אינז אידן זענען דא עטליכע גאר טאלאנטפולע קאריקאטוריסטן וועלכע האבן אלע זייער קנייטש און גאנג און ברענגען הנאה צו מענטשן אבער איינער שטארט ארויס מיט זיינע מייסטערווערק וועלכע לאזן די צוקוקער פארבליפט אנע לשון.

שוין עטליכע יאר וואס אין די אידישע מארקעט ווערן פארקויפט די פענאמענאלע ביכער פון דער אידישער “קאריקאטור” און וועלט מעלער מיטן נאמען “גדי פאללאק” (גדי פולק) גדי איז אומבאשרייבליך און וואונדערליך ביז גאר און זיינע זאכן ברענגען פארגעניגן צו די בליקער אין זיינע הערליכע בילדער, און זענען באקאנט מיטן פאקט אז ווי מער מען באטראכט זיינע געמאלענע בילדער אלץ מער סודות טרעפט מען אהן.

ער האט מיט זיינע ביכער איבערגענימען די מארקעט פון מאלן און געווארן אנערקענט מיט זיינע הערליכע בילדער אפילו אין די אלגעמיינע גאס.
זיינע עלטערן שטאמען פון רוסלאנד און ער אלץ גאר ערנסטער מענטש וואוינט אין ארץ ישראל.
ער האט ערשיינט מיט זיין ערשטע בוך פאר צעהן יאר צוריק און זינט דאן האלט ער אין איין פיטערן זיינע פענס מיט הערליכע סחורה וועלכע האלטן געשפאנט יונג און אפילו אלט, ווארום יא, עלטערע מענטשן וועלכע ווייסן פון דעם סוד שעמען זיך נישט צו זעצן אפלייענען זיינע ביכער און אפלעקן די זאפט וואס רינט דערפון.

ער האט גענומען אן אייגנארטיגן פענאמענאלן געדאנק פון אפירזיכן אלטע משלים וועלכע פארמאגן א היסטארישן חן ווי פונעם דובנער מגיד און ווי אויך באקאנטע משלים וועלכע יעדער האט שוין אמאל געהערט און אריינגיסן דערין א נייע טעקסטשער פול מיט חן און הנאה אזוי אז עס גייט אריין אין די ביינער.

זיינע ביכער זענען פול מיט חידושים און אלעס קלאפט אויפן שווייצן זייגערל וואס נעמט אריין יעדן גרעזל אדער פרעשל און מינדערוויכטיגע איינצלהייטן וועלכע געבן אריין א באזונדערן טעם אין זיינע ביכער און עס איז באקאנט אז מען קען קוקן א בלאט עטליכע מאל און זיך פריש אנשטאלפערן אין פרישע זאכן וואס ברענגען ארויף א שמייכל.

א ביכל פון גדי אין עברית

זיינע ביכער זענען פון די מערסט געזיכטע אין די אידישע מארקעט און איינער וואס ליגט אביסל אין “ארט” “מעלעריי” און דאס גלייכן פארשטייט פארוואס.

לעצטנס האט ער אנגעהויבן שרייבן אינעם גאר פאפולערן “קינדליין אויסגאבע,” און אין נאך פארשידענע ביכער.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.