עקסקלוסיווער שמועס מיטן באקאנטער אסיר ציון הרה״ח ר׳ יואליש קרויס שליט״א וואס דינט יעצט א 5 חדשים’דיגע אורטייל אין די מעשיהו טורמע ››› מיטגעלייגט מיט אינטערסאנטע פאקטן און שטריכן איבער די אינטערסאנטע פערזענליכקייט.


אריינפיר: די נאמען יואליש קרויס איז באקאנט אין די אידישע וועלט און אין ארץ ישראל בפרט. ער איז א קאנטראווערסיאלע פיגור וואס וואוינט אין א צוויי צימערדיגע דירה ביי די ווינקל פון מאה שערים, מיט זיין געזינדל וואס באשטייען פון ער, זיין רעביצין שתחי׳ און 16 קינדערלעך בלעה״ר בלויז איינער פארהייראט.

ער דינט אלץ דער ספּאָוקסמאן פאר די ׳עדה החרדית׳. זיין הויז איז א בית פתוח לרווחה לכל אדם, א מכניס אורח ביי סעודת שב״ק און א בית וועד לחכמים.

יואליש איז געבוירן אין יאר תשל״ג צו זיין טאטע א תולדות אהרן חסיד און איז אויפגעוואקסן אין די מוסדות החסידות אבער שוין פון אלס קינד האט אים געצויגן די קנאות און האט זיך אריינגעדרייט אין די ׳תורה ויראה׳ פראקציע פון די אמאליגע ירושלימ’ע ׳נטורי קרתא׳.

ווי יואליש דערציילט פאר “אידישער ווינקל” האט ער שוין אלס קינד ארגאנאזירט פראטעסטן קעגן ניתוחי מתים, און חילול שבת ווי אויך פון די פריע יארן איז ער א זאמלער פון ״פאשקעווילן״. ער האט אין זיין באזיס צענדליגער טויזנטער פאשקעווילן פון כל מיני מערכות קדשי ישראל. ער האט אפט באזוכער פון מידיא פערזענליכקייטן און מדינת ישראל הויכע שישקעס וואס קומען לערנען פון זיין ביבליאטעק.

מיר כאפן א שמועס מיט יואליש

אידישער ווינקל: ווי אזוי האט איר זיך געטראפן אונטער אייזערנע גראטעס דארפנדיג פירן יו״ט אן אייער הויז געזונד אין א פינסטערע צימערל אין די מעשיהו טורמע?

יואליש: איך האב פאר יארן געפירט א פריוואטע שעכט הויז אויף א קליינע פארנעם, אין יאר 2011 האבן די ציוניסטן מיר ארעסטירט, מיט א ברוטאלקייט, פארמאכט די שעכט הויז און מיר אנגעקלאגט מיטן באהאלטן שטייערן. איך האב נישט באהאלטן שטייערן איך האב אפילו נישט פארדינט קיין גרייצער, פארקערט, עס האט מיר נאך אפגעקאסט פון טאש. איך האב בלויז געוואלט פאר מיין משפחה און מדקדקי במצוות פון די געגענט כשר פלייש.

רעדענדיג איבער די שעכט הויז מערקט יואליש אן ׳איך האב אבער קיינמאל נישט געגעסן פון די פלייש. איך עס נישט קיין פלייש, איך בין א וועדשעטעריען.׳  ווי אויך מערקט ער אן די אלע באשילדיגונגען זענען ריין אנטי חרדישע העצע קעגן איהם און האט נישט קיין שום געזעצליכע העפט, ער אנערקענט נישט אין מדינת ישראל, ער פארמאגט נישט קיין רעגירונגס דאקומענטן ID וכ׳, נעמט נישט קיין פעני פון די מדינה׳ס קינדער געלטער כאטש מיט זיין גרויסע שטוב קע״ה וואלט ער געקענט זיין א שיינע בעל הבית פון די רעגירונגס געהאלט. נו וואס פארפירן זיי יעצט אז ער קומט זיי גאר געלט?

יואליש ענטפערט: פארגאנגענע יאר האט מען מיר צוגעטיילט זיבן מאנאטן טורמע, נאכן אפיעלן האט מען עס אראפגעציפט צי 5 מאנאטן, איך בין קיינמאל נישט געווען וואקאציע אין מיין לעבן לייגט ער צו מיט א טרויעריגע שמייכל.

“וואס אזאנס טוט א טאטע פון קינדער וואס האט די לעצטע צוואנציג יאר געארבעט אלץ א קעיטערער אין מאה שערים, און געפונט זיך יעצט אין א קאמערל אין מעשיהו?

יואליש פארלירט זיך נישט און ענטפערט מיט א פשטות: וואס הייסט וואס? מען לערנט די הייליגע תורה, איך פלאן צו ענדיגן גאנץ ש״ס! און די איבעריגע צייט? די איבעריגע צייט וועל איך זיך אויסרוען צום ערשטע מאל אינעם לעבן און שרייבן א ביכל איבער מיין לעבנסגעשיכטע.

יואליש קרויס אויף די פאדערשטע זייט פון די פריעסטיזשפולע ‘וואל סטריט דשורנאל

אידישער ווינקל: וואס זענען די פלענער נאכן ארויסקומען פון טורמע?

יואליש: איך האף ווייטער ממשיך צו זיין לערנען אלע מקצועות התורה כדבעאי. מענטשן ווייסן נישט מען איז פארנומען שפייזן דאס געזינדל, הפגנות וכ’ אבער ווי אינגער מען לערנט איז אלץ בעסער און גרינגער. יעצט קומט די הייליגע יום טוב שבועות וויל איך אייך אלעמען וואונטשן מקבל זיין די תורה פונדאסיי און ללמוד על מנת לקיים.


מיר האבן געהערט פון יואליש פיל מער איבער זיינע טעטיגקייטן פון צענדליגער יארן שטיין על משמרת הקודש אין ירושלים און שמועסן וועגן זיין זעלטענע ביאבליטעק, מיר וועלן דאס האפנטליך אראפשרייבן פאר א אנדערער געלעגנהייט, עוד חזון למועד בל״נ.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.