געוועזענער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען האט דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג אפציעל געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם פרעזידענטליכן 2020 פארמעסט.
לויט א פרישע אנקעטע פון רויטערס, זאגן 24 פראצענט אז זיי וועלן שטימען פאר דעם 76’יעריגער ביידען.
דזשאו ביידען האט שוין צוויי מאל פרובירט צו באקומען די דעמאקראטישע נאמינאציע, אבער ער איז דורכגעפאלן.
נאך וואס באראק אבאמא האט אים אויסגעוועלט אלס זיין ווייס פרעזידענט איז ער געווארן א שטערן. ער איז געבליבן פאפולער אויך נאך וואס ער האט פארלאזט די וויצע פרעזידענט אמט אין 2016. און ווי עס זעט ‘יעצט’ אויס, גייט ער זיך פארמעסטן מיט פרעזידענט טראמפ.
אין די רויטערס אנקעטע וואס 88 פראצענט זענען רעגיסטרירטע דעמאקראטן, זאגן 63 פראצענט אז זיין איינדרוק איז פאזיטיוו. 58 פראצענט זאגן די זעלבע אויף בערני סענדערס. און 44 זאגן די זעלבע אויף פרעזידענט טראמפ (!) (א שטארקע דערגרייכונג פאר פרעז. טראמפ אין אזא אנקעטע וואס 88 פראצענט זענען דעמאקראטן)
רוב פון ביידען’ס שטיצער זענען מער ערוואקסענע און פון מינאריטעטן.
צוויי דריטל פון אלע העכער 55 יאר אין די אנקעטע, זאגן אז זיי זענען פאר ביידען.
לויט די רויטערס אנקעטע זענען די אמעריקאנער וויילער אינטערסירט יעצט אין קאנדידאטן מיט גענוג פאליטישע ערפארונג.
Superdry males’s Germany Trophy Sequence t-shirt.