האלאנד – קינדער וועלכע הערן זיך צו צו מוזיק, אדער סיי וועלכע אודיא, דורך העדפאונס, זענען מעגליך אין א גרעסערע ריזיקע צו ליידן פראבלעמען מיט זייער הער-קראפט. דאס האבן א גרופע פארשער אין האלאנד דערקלערט, נאכדעם וואס זיי האבן דורכגעפירט א שטודיע אויף איבער דריי טויזנט קינדער צווישן 9 ביז 11 יאר אלט.
די שטודיע איז דורכגעפירט געווארן דורכ’ן אויספרעגן די קינדער און זייערע עלטערן, ווי אפט זיי נוצן העדפאונס, און דערנאך דורכפירן ספעציעלע “העירינג טעסטס” אויף די קינדער, צו זען ווי שטארק זייער הער-קראפט איז – און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז קינדער וועלכע נוצן אפט העדפאונס, האבן שוואכערע הער-קראפט ווי די קינדער וואס נוצן עס כמעט נישט.