אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס ארטיקלען און געדאנקען

האט מען געבראכן די מיסטעריע ארום די. בי. קופער?!

אין יאר 1971 למספרם איז פארגעקומען איינס פון די מערסט מיסטעריעזע פליגער היידזשעקינג’ס, ווען א מאן וועלכער האט זיך אידענטיפיצירט אלס “די. בי. קופער”, האט פארכאפט א פליגער און פארלאנגט צוויי הונדערט טויזענט דאלער אלס אויסלייז געלט. נאכדעם וואס ער האט ערהאלטן דאס געלט, איז ער פארשוואונדן פון פליגער מיט זיין פעקל געלט אויף א פאראשוט, און זינט דאן האט קיינער נאכנישט באוויזן נאכצוגיין זיינע שפורן.

סקיציע פון די. בי. קופער וואס די עף בי איי האט געמאלן לויט שילדערונגען פון עדות

היינט איז געווארן באריכטעט אין די נייעס אז מען האט באוויזן צן לייגן א יד אויף דעם מיסטעריעזן די. בי. קופער. לויט א באריכט אין די MSN, זאגן צוויי פריוואטע אמעריקאנע פארשער אז עס איז זיי געלונגען צו לייזן דעם מיסטעריע, דורכן אויפברעכן א קאוד וואס ער האט געשריבן אין א מעסעדזש וואס קופער האט געגעבן פאר די אמעריקאנע מידיע א יאר נאך וואס ער איז פארשוואונדן געווארן.

פאר ווער עס קען נישט די דראמאטישע קופער געשיכטע, איז די רעדע פון א מענטש וואס איז פאראנטווארטליך אויף איינע פון די קאמפליצירסטע פארברעכן וואס איז דורכגעפירט געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן. אום נאוועמבער 1971 איז א מיסטעריעזער דזשענטלמאן ארויף אויף א פליגער פון פארטלאנד קיין סיאטעל, דער מענטש האט זיך אידענטיפיצירט אלס די. בי. קופער.

געציילטע מינוטן נאך וואס דער פליגער האט זיך געהויבן, האט קופער איבערגעגעבן פאר איינע פון די פליגער מאנשאפט א צעטל צום פילאט, וואט עס איז געשטאנען “איך האב א באמבע אין מיין רענצל, און כ’וועל עס נוצן אויב עס פעלט זיך אויס. דער פליגער איז אצינד געהיידזשעקט”.

קופער האט פארלאנגט פון די אויטאריטעטן אים אפצואווארטן אין דעם סיאטעל לופטפעלד מיט 200 טויזענט דאלער וועלכע זענען נישט פארצייכנטע אין א רייע, נאר צומישטע געלטער וועלכע מ’קען נישט נאכגיין, און פיר פאראשוטן.

ער האט קלארגעשטעלט אז אין די רגע וואס ער זעט ווי זיינע פארלאנגען ווערן נישט אויסגעפירט, פלאצט ער באלד אויף דעם פליגער. די קאנטראל טורעם האט דאס איבערגעגעבן פאר די עף. בי. איי. וועלכע זענען נאכגעקומען זיינע פארלאנגען.

נאכדעם וואס דער פליגער האט געלאנדעט אין סיאטעל און די אויטאריטעטן האבן אים איבערגעגעבן זיין רויב, האט קופער באפרייט די פאסאזשירן – וועלכע האבן אפילו נישט געוויסט אז זייער פליגער איז געהיידזשעקט…

מערקט וויאזוי קופער האט זיך ארויגעגליטשט פון דעם אונטערשטן טיר אין די פליגער

צוויי שעה שפעטער האט ער זיך געהויבן צוריק אין די לופטן מיט די פליה מאנשאפט, און קופער האט פארלאנגט צו פליען קיין רינא, וואס איז אין נעוואדע, און באזונדער האט ער פארלאנגט צו פליען נידעריג.

ארום צוויי שעה נאכן זיך הייבן האט דער פליגער באמערקט ווי דער אונטערשטער טיר פונעם פליגער האט זיך געעפנט, און קופער האט זיך ארויסגעגליטשט מיט די הילף פון א פאראשוט, ערגעצוואו העכער די וועלדער פון וואשינגטאן, ווען עס גיסט א שלאקס רעגן, און אלעס איז ארומגענומען מיט א פינסטערן נעפל.

נאך אינטענסיווע פארשונגען פון די רעגירונג אגענטורן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס עקזיסטירט נישט אזא מענטש מיטן נאמען די. בי. קופער, און זינט דאן ווייסט קיינער נישט ווער דאס איז, און וואו אהין ער איז געגאנגען ווייטער פון דארט.

אנשטאט וואס קופער זאל אנגעקוקט ווערן ווי א קרימינאל און פיפיגער פארברעכער, האט אים די געוואגטע אקציע פארוואנדלט אין א נאציאנאלער העלד, און איז פארבליבן אלס א פלעק אויף די גרויסע אמעריקאנע שפיאנאזש אגענטורן, וואס וויפיל זיי האבן גענישטערט און געזוכט, האבן זיי קיין פארשריט נישט געמאכט, און עס איז פארבליבן איינע פון די מערסט פארשעמענדע טעקעס אין די עף בי איי, וואס האבן קיינמאל נישט באוויזן צו כאפן דעם פויגל אדער זיין אידיטענט.

אין יאר 2007 האבן הויכע באאמטע פון די עף. בי. איי. געמאלדן אז דער קופער קעיס ווערט פארמאכט. אין א סטעיטמענט האבן זיי געזאגט אז “די אגענטור נעמט אוועק די באאמטע וואס ארבעטן אויפן קופער קעיס צו אנדערע קעיסעס, צו קענען אריינלייגן כוחות אין רעלעוואנטע אויספארשונגען”.

טראץ וואס די עף. בי. איי. האט אפגעשטעלט די אויספארשונג ארום קופער, מיינט דאס נישט אז אנדערע פריוואטע פארשער און זשורנאליסטן האבן אזוי שנעל געהויבן הענט. אצינד, האט קאם קולברעט, א פריוואטער פארשער, געמאלדן אז ער האט באוויזן צו דערגיין דעם אידיטענט פון קופער, מיט די הילף פון א מיליטערישער קאוד-דעשיפרירער מיטן נאמען ריק שרעווד.

די נארטוועסט פליגער וואס קופער האט געהיידזשעקט

דער פארשער דערציילט פאר די MSN אז קופער האט באהאלטן פארשידענע רמזים איבער זיין אידיטענט, אין דער בריוו וואס ער האט געשיקט אין יאר 72′ צום צייטונג Portland Oregonian, וואס לויט אים האט דער צווייטער פאראגראף א געהיימע מעסעדזש.

דער צווייטער פאראגראף ליינט זיך ווי פאלגענד: “איך האב געוואלט ארויסגיין פון די סיסטעם, און געטראפן א וועג מיט די הילף פון דעם אלטן פעטער. אצינד, איז דער צייט פון דעם פעטער צו וויינען און אביסל באצאלן געלט פאר איינעם פון זיינע, פאר א טויש. ביטע גיבט איבער פאר די נידעריגע פאליציאנטן, אז די. בי. קופער איז נישט מיין עכטע נאמען”.

ווי שרעווד זאגט, זענען די דריי סטעיטמענטס זייער אינטערעסאנט געשריבן, און דארט באהאלט זיך א מעסעדזש. ער איז מסביר אזוי. “איך האב מיר באנוצט מיט א גאנצער סיסטעם פון ציפערן און בוכשטאבן, און באוויזן צו דעשיפרירן אז די ווערטער “מיט די הילף פון דעם אלטן פעטער”, מיינט למעשה “מיטן מיטל פון פארכאפן א פליגער”. מיט דעם סיסטעם האב איך ווייטער געליינט זיין מעסעדזש, און באוויזן צו דעשיפרירן אז די ווערטער “ביטע גיבט איבער פאר די נידעריגע פאליציאנטן, אז די. בי. קופער איז נישט מיין עכטע נאמען”, ליינט זיך גאר אזוי: “איך בין דעפיוטי ראבערט רעקסטראו”.

ווער איז דער ראבערט רעקסטראו?

דאס איז א פילאט און געוועזענער ארעסטאנט, איינער פון די הויפט פארדעכטיגטע אין די אקציע. אין יאר 78′ איז ער ארעסטירט געווארן אין איראן, און איז געליפערט געווארן קיין אמעריקע, וואו ער איז באפרייט געווארן אויף בעיל נאך עטליכע מאנאטן.

די ענדליכקייט פון ראבערט ריקאסטראו צו די עף. בי. איי. סקיצע

אין זיינער צייט האבן זייער אסאך פארשער געהאלטן אז זיין געזיכט דערמאנט שטארק דעם די. בי. קופער, און מיט דעם אלעם האט מען נישט געטראפן קיין שום באווייז אים צו קענען טאקע באשולדיגן אין דעם אקט. אין יאר 97′ איז זיין נאמען אפיציעל אראפ פון די ליסטע פארדעכטיגטע אינערהאלב די עף. בי. איי.

איז טאקע דעפיוטי ראבערט רעקסטראו דער די. בי. קופער? ווייט פון זיכער. טראץ וואס געוויסע פארשער און זשורנאליסטן זענען ביי די מיינונג אז עס שטימט זייער גוט, אבער עס מיינט נישט אז ווייל ער האט אזוי פיפיג אויסגעשפילט די גרעסטע אמעריקאנע אגענטורן, איז ער געווען אזוי קריאטיוו צו באהאלטן זיין נאמען אינעם פאראגראף וואס ער האט געשיקט צו א צייטונג, אויף אזא איבערגעשפיצטער מעסעדזש וואס מ’האט געדארפט דעשיפרירן מיט קאודס פון נומערן און בוכשאטאבן. אבער פון צווייטער זייט, אפשר איז עס יא ער?

וואס ווייס מיר אונז…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.