שווייץ – אין די לעצטע צוויי טעג הערט מען ערנסטע זארג ביי וועלט פירער, און מ’זעט אומרואיגקייט אויף די גלאבאלע פינאנציעלע מארקעטס, נאכדעם וואס באריכטן האבן פרייטאג געצייגט אז דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ וויל ארויסציען די פאראייניגטע שטאטן פון דער “וועלט האנדלס ארגאניזאציע”.
די “וועלט האנדלס ארגאניזאציע” איז א קערפערשאפט אוועקגעשטעלט ספעציעל צו רעגולירן האנדל-וואנדל צווישן לענדער, און בעיקר דינט עס ווי א יורידישע אינסטיטוציע, וואו לענדער שליכטן טענות און קלאגעס איינער קעגן צווייטן איבער אימפארט-עקספארט און סיי וועלכע גלאבאלע האנדל אישו.
טראמפ שרייט שוין לאנג, אז אמעריקע ווערט אומ’יושר’דיג באהאנדלט דורך אנדערע לענדער ווען עס קומט צו גלאבאלע האנדל, אבער דאס ארויסציען אמעריקע פון דער “וועלט האנדלס ארגאניזאציע” – וועלכע טוט כמעט אייביג אורטיילן לטובת אמעריקע ביי געפעכטן – וועט ברענגען פרעצעדענטלאזע עקאנאמישע כאאס.