ברוקלין – א ברוקלינער איסלאמיסט, וועלכער האט זיך געהאט אנגעשלאסן אין אייסיס פאר א קורצע צייט, בעפאר’ן אנטלויפן און צוריקקומען אהיים, איז ארויס אן קיין טורמע אורטייל, נאר ער וועט זיין 10 יאר אונטער אויפזיכט.
דער אייסיסניק, וועמענס נאמען איז נישט ארויסגעגעבן געווארן, איז געפארן קיין סיריע אין יאר 14′, און באקומען צוטריט צו גאר האקעלע אינפארמאציע אין די ערשטע מאנאטן פון אייסיס’ פלאן צו גרינדן א קאליפאט. ער איז דאן אנטלאפן פון אייסיס, זיך פארבינדן מיט די עף-בי-איי און אנטלאפן קיין טערקיי, וואו אמעריקאנער רעגירונג פארשטייער האבן אראנזשירט אים צוריקצוברענגען קיין אמעריקע.
ער האט באלד אנגעהויבן געבן הויפענעס שפיאנאזש איבער אייסיס, העלפנדיג די רעגירונג מיט ווערדפולע אינפארמאציע. צוליב זיין אינפארמאציע און חרטה פאר’ן זיך אנשליסן אין אייסיס, האט ער באקומען דעם לייכטן אורטייל.