פאליטישע נייעס און ארטיקלען

טראמפ געלייגט דרוק אויף קענעדי

וואשינגטאן – ווייסע הויז קוועלער זאגן, אז די טראמפ אדמיניסטראציע איז בכלל נישט געווען איבערראשט ווען סופרים קאורט ריכטער ענטאני קענעדי האט פאריגן מיטוואך געמאלדן אז ער רעטייערט.

לויט די אנאנימע קוועלער, איז קענעדי’ס רעטייערמענט גאר געווען דער רעזולטאט פון א לאנג-פארצויגענעם קאמפיין וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט אונטערגענומען, צו לייגן דרוק אז קענעדי זאל נישט מורא האבן פון רעטייערן.

קענעדי, 81 יאר אלט, האט נישט געוואלט רעטייערן, אויס מורא אז דער וואס וועט אים איבערנעמען וועט נישט זיין אזא גוטער קאנסערוואטיווער ריכטער – אבער דאס ווייסע הויז האט אים נאכאנאנד פארזיכערט, אז טראמפ וועט נעמען א גאר גוטן ערזאץ.

טראמפ האט אויך גענוצט די נאמינאציע פון ניעל גורסאטש אלס סופרים קאורט ריכטער, צו צייגן פאר קענעדי אז ער קען מאכן גוטע אויסוואלן ווען עס קומט צו סופרים קאורט ריכטער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.